שטורמיש ע אלגעמיינע פארזאמלונג פון בענדינער "תלמוד־תורה". אין לאקאל פון "תלמוד־תורה" איז פארגעקומען די יערליכע אלגעמיינע פארזאמלונג. ווי תמיד איז אויך דאסמאל געקומען א קליינע צאל מיטגלידער. די פארזאמלונג עפענט פרעזעס ה׳ א ו ר ב א ך, און דעם פארזיץ נעמט איבער שלמד, שעלצער. ה׳ ט ע נ ע נ ב ו י ם לייענט דעם פריערדיקן פראטאקאל און גיט א קאסע־באריכט. ה׳ בוכוויי ץ באקומט דאם ווארט צו זיין טעטיקייטס־באריכט. ער גיט איבער די פארשידענע שטערונגען און שיקאנעם, וואס די פארוואלטונג האט געהאט אויסצושטיין מצד די גערער חסידים, וועלכע לייקענען שטיין און ביין. א שטורעם ברעכט אויס ווען ה׳ לייביש ב ו כ ו ו י י ץ פון "מזרחי" רופט אויס דעם נאמען: ר׳ מענדל ל ע ו ו י ן. דא האט דער זאל ממש א ציטער געטון. ה׳ בוכוויי ץ ווערט באפאלן נישט מיט בלויז זידלווערטער "לאבוז", נאר ס׳רייסן זיך צו אים יונגע לייט מיט געביילטע פויסטן. איבער טיש אין בענק שפרינגט א יונגערמאן — פינטשע ש ט י י ע ר און רייסט אראם די הוטן פון די קעגנערס קעפ. דער שטורעם פארגרעסערט זיך. די לאגע ווערט דראענדיקער, אזוי אז דער פארזיצער דערקלערט די פארזאמלונג פאר א געשלאסענע.
(באמערקונג: ר׳ מענדל לעווין ז״ל איז אנגעגאנגן אין די "אגודה״־קרייזן אלם רב אויפ׳ ארט פון זיין פארשטארבענעם פאטער, הרב ר׳ צבי חנוך לעווין ז״ל, וועלכער איז נפטר געווארן אין 1935. מחמת דעם וואס בוכווייץ ז״ל׳ האט אנגערופן ר׳ מענדלן נישט מיטן נאמען "הרב הגאון ר׳ מענדל", איז אויסגעבראכן דער באשריבענער שטורעם. — די רעדאקציע.). * דער המשך פון דער פארזאמלונג עס איז ווידער פארגעקומען אן אלגעמיינע פארזאמלונג פון תלמוד תורה, אבער דאס מאל איז דער פארלויף געווען א רואיקער. בעת דער דיסקוסיע איז מער נישט געווארפן געווארן קיין קעגנזייטיקע חטאים, נאר עם איז געקומען צום אויסדרוק דער ווילן, אז די ת״ת זאל אוועקגעשטעלט ווערן אויף א געזונטער באזע. דעם פארזיץ פירט ה׳ משה בנימין קליינמאן, וועלכער דער־ קלערט, אז אויפן סדר היום איז נאר פאראן איין פונקט פון וויילן א פארוואלטונג. עם ווערט אריינגעטראגן א קאנדידאטן־ליסטע, וועלכע יוערט דורך די פארזאמלטע אקצעפטירט. עם זענען געוויילט געווארן: ד. לאסקער, מ. דאפנער, אורבאס, י. וועלגרין, אליעזר פעלדמאן, מ.ה. מיצענמאכער, ח. ליבערמאן, לעווין, י. ענגלראד, י. סלאוואטיצקי, א. טענענבוים, ש. שעלצער, משה בנימין קליינמאן, מנדל ראזענזאפט, מ. ראזע, ח. וו. שטיינהארט, ג. זאכאריאש, א. וויינרעב, ד- שטיינקעלער, י. לאנדא, גרינוואלד און מענדל דאמב.
דער נייע רועד האט אויפן ארט אפגעהאלטן א זיצונג אויף וועל־ כער ס׳האט זיך קאנסטיטואירט דאס פאלגנדע פרעזידיום: מרדכי דאפנער — פרעזעס, אליעזרםעלדמאן און מ.ה. מיצענמא- בער — וויצע־פרעזעסן, א. טענענבוים — סעקרעטאר. א פייערליפער אקט אין יתומים־הויז צום סוף פון שוליאר 1938. דער יידישער גביר יעקב גוטמאן האט באשלאסן צו פאר" ענדיקן דעם בנין פון "בית־יתומים". דער גאנצער פינפטער שטאק. וועלכער איז איצט אינגאנצן רוי, וועט בקרוב אויסגעפארטיקט ווערן א דאנק דעם נדבן ה׳ גוטמאן. דינסטיק איז אין יתומים־הויז פארגעקומען די טראדיציאנעלע פייערונג אין צוזאמענהאנג מיטן פארענדיקן פון שול־יאר, ווען די קינדער באקומען די שול־צייגענישן. די פייערונג קומט פאר אין גרויסן זאל ביי דער אנוועזענהייט פון דער פארוואלטונג. די ציכטיק געקליידעטע קינדער פילן אויס די לאנגע שורות שטולן פונעם זאל.
״ליבע קינדערלעך!״ — הויבט אן איר רעדע די פארזיצערין פרוי צירעלע שיין. "דער היינטיקער טאג האט פאר אייך א גרויסע באדייטונג. אסאך פון אייך באקומען גוטע שול־צייגענישן, וואס בא־ ווייזן, אז איר האט זיך פלייסיק געלערנט און אויסגעהאלטן די עקזאמענס. איר קינדער, וואס האבן פארענדיקט די שול און הויבן אן א נייע לעבן, געדענקט, אז מיט ארבעט זאלט איר זיך נישט שעמען, ווארים מיט ארבעט בויען מיר איצט אונזער לאנד און טראגט שטאלץ דעם נאמען ייד!" יצחק וויגאדזקי רעדט וועגן דער באדייטונג און דעם זין "גירסא דינקותא", פון לערגן אין די קינדער־יארן, וואס מען גע־ דענקט אייביק און דריקט אויס די האפנונג, אז די קינדער וועלן אויסוואקסן נוצלעכע בירגער פארן יידישן פאלק און לאנד. דאן דאנקט די עלף־יעריקע גוטשע שאפיר דער פארוואלטונג און בפרט די פרויען צ. שיין און ס. ויינשטאק, וועלכע זי דאר־ לאנגט בוקעטן בלומען. צום סוף רעדט דער לערער זידער וועגן דער וויכטיקייט פון למודים ביים יידישן פאלק, און ער צוטיילט די שול צייגענישן. די קינדער באקומען "לאדעס" (אייז־קרעם), און מיט "התקוה" ווערט די פייערונג געשלאסן. * "געשעענישן" אין דער בענדינער שול די שטאט איז א גאנצע וואך געגאנגען אויף רעדלעך צוליב באדויערענדיקע געשעעגישן, וואס זענען פארגעקומען אין דער שול שבועות, 1938.
אויף דער איינלאדונג פון די שול־מתפללים און פונ׳ם שול־קא־ מיטעט, איז הרב גראסמאן געקומען שבת, ערב שבועות, אין שול אדיין דאווענען. נישט געקוקט אויף דער אפיציעלער איינלאדונג האט דער שול־שמש באקומען א באפעל, אז אן דערלויבעניש פון דער קהילה, טאר קיינער נישט רעדן אין דער שול. דער פרעזעס פון שול־קאמיטעט, דאזאר משה מאנעלא, נישט קוקענדיק אויפן "באפעל" פון דער גמינע האט ערטיילט דעם ווארט דעם רב צו זיין דרשה. אלע מתפללים זענען געשטאנען ווי צוגעשמידט צו זייער ארט, שלינגענדיק די פערלדיקע געדאנקען און מאמרי חז״ל, וואס דער רב האט געבראכט אין זיין דרשה, וואס האט געמאכט א קאלאסאלן רושם. נאך דער תפילה איז דער רב ווידער אייגגעלאדן געווארן צו קומען יום־טוב אין שול. צומארגנס, דעם ערשטן טאג שבועות, איז פארגעקומען אין דער שול אזעלכע ס וואס בענדי האט נאך נישט געזען. נאך שחרית האט מען דעם פרעזעס רובענליכט מכבד געווען מיט פתיחה. געפינענדיק זיך ביים ארון הקודש, האט זיך געהערט ־ 159