Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 164
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1176

א חף : - "די שול־מתפללים בעט ןעם הרב הגאון רעד ו וועג ן קבלת התורה!" . ה׳ רובענליכט הא ט געוואל ט עפעס זאג ן אי ן דע ם ענין. אבע ר עם אנטשטיי ט א שטורעם, אזו י א ז ע ר הא ט ניש ט געקענ ט קומע ן צום ווארט. ד י העדר ן לייבי ש ב ו כ ו ו י י ץ או ן מאנעלא האב ן אפעליר ט צום עולם, א ז מ׳זא ל אויסהער ן דע ם ה׳ רובענליכט, אבע ר ע ם אי ז נישט געווע ן דע ר כוח, ווא ס זא ל קענע ן איינשטיל ן ד י אויפגעברויזט ע געמיטער. ה׳ רובענליכט אי ז ניש ט געקומע ן צום ווארט, או ן מע ן אי ז צוגעטרעטן צו קריאת התורה. דע ר עול ם הא ט זי ך ביסלעכוויי ז בא * רואיקט, אבע ר בי י דע ר עליה "רביעי" אי ז געקומע ן א צווייטע ר טרוי ' ריקער אקט. ד י עליות האב ן געטייל ט רובענליכט או ן מאנעלא. בי י דער עליה "רביעי" אי ז פארגעקומע ן צוויש ן זיי בייד ע חלוקי־דעות. רובענליכס הא ט געהייס ן אויפרופ ן דע ם ה׳ אהר ן הערציגער, או ן מאנעלא הא ט ערקלערט, א ז ד י עלי ה קומ ט דע ם רב גראסמאן . דער חז ן רופ ט אוי ף הערציגער ן לויט ן באפע ל פו ן ה׳ רובענליכט, און מאנעלא רופ ט ווידע ר אוי ף דע ם רב. "דע ר רב ווע ט ד י עלי ה נישט באקומע ן! ״ — רופ ט אוי ס רובענליכט או ן "פארארדנט" דע ם בע ל קורא ניש ט צ ו לייענען. ״אי ך זאג, א ז יא״ — ענטפער ט מאנעלא.

passage_80333046845b5e602ba556e9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1178-2491

דער רב שטייט א פארשעמטער ביים אפענעם ספר, און קען נישט זאגן די ברכה. עם טרעפן זיך אזעלבע מתפללים וואס ווילן מיט געוואלט זיואויפרייסן אויפן בעלעמער, און אראפזעצן רובענליכט פון וועלכן ס׳ווערט אראפגעצויגן דער טלית. עם ווערט אן אומבע ־ שרייבלעכע מהומה. ענדליך ווערט רואיק, דער רב באקומט די עליה און עם גייט שוין ווידער אלץ כשורה ביז נאכן דאווענען, ווען הונדערטער מענטשן האבן זיך אוועקגעשטעלט פאר דער שול, אפווארטנדיק דעם ה׳ רובענליכט. כדי אים צו מאכן א "קבלת פנים".. . און דער "קבלת פנים " איז געווען טאקע א ״פייערלעכער״: רובענליכט ווערט אונטער א פאליציי שמירה אפגעפירט א היים מיט זידל־ווערטער און פראטעסט־ אויסרופן. די סצענע האט זיך אפגעשפילט פון דער שול ביז אויף דער קאלאנטאיאגאם׳ ץ ס׳איז געווען א חילול השם. דער עולם איז פונאנדערגעטריבן געווארן דורך דער פאליציי. דער עפילאג פון די געשעענישן איז געווען, אז דער פרעזעס פון דער גמינע, רובענליכט, האט געהייסן שליסן די שול. נאך אן "אינטערווענץ" איז די שול צומארגענס, דעם צווייטן טאג שבועות, געעפנט געווארן, אבער עם איז נישט געווען קיין יום־סוב שטימונג. דער חזון האט נישט געדאוונט פארן עמוד, דער כאר האט נישט געזונגען, דער שטענדיקער בעל־קורא האט נישט געלייענט. אן איבערקערעניש אויפן גאגצן פראנט.. .

passage_be4fb3a86d69b11bb3d8246e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2493-3841

אזוי האבן בענדינער יידן געפייערט דעם היי־יאריקן זמן "מתן תורתנו". וואס איז דער מוסר השכל פון די דאזיקע געשענישן? זיי בא* ווייזן, אז דער אויפברויז אין דער שול איז געווען א רעזולטאט פון דער פארביטערונג, וואם עס האט זיך אנגעקליבן ביי דער יידישער געזעלשאפט קעגן די תקיפים, וואס ווילן מיט געוואלט האבן די ממשלה איבערן יידישן בענדין. זאלן די פירער פון דער "אגודה" נישט מיינען, אז דער נצחון איז מיט זיי, ווייל קיינער ווייסט נישט וואסערע רעזולטאטן עס קען ברענגען א מחלוקה און ווער עס קען מער ווערן געטראפן. עס איז שוין די העכסטע צייט, אז עס זאלן זיך געפינען מענטשן, וואם זאלן נעמען די איניציאטיוו פון א "רונדנ טיש", צו געפינען א פרידלעכן אויסוועג, כדי אויסצומיידן דאס שרעקלעכע וואם עס קענען ברענגען קריגערייען און מחלוקת ארום דעם קאמף, וואס הייסט רבנות. זאל הערשן שלום אין אונזער שטאט! * "דערציערישע" מעטאדן ווי ווייט עס דערגייט די שנאה צוליב די רבנות־שטרייטן זאל דינען דער דאזיקער פאקט: אין חדר "יסודי התורה" פט דער "אגודה" האט א מלמד געלערנט מיט די קינדער חומש מיט רש״י. אויף דעם שיעור איז אנוועזנד געווען דער מנהל פון חדר, ר׳ נטע, וועלכער האט דערציילט א פשט פון היגן רב, און געמיינט האט ער דעם "אגודה״שן רב. איינער פון די תלמידימלעך האט מיט פיל תמימות געפרעגט:

passage_473c56208f83846f550b65d0
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3843-5168

דעם פשט האט געזאגט דער גראיעווער רב גראסמאן? (הרב גראסמאן איז געווען דער ציוניסטישער רב. — די רעד.) ► דער מנהל ר׳ נטע איז רויט געוואָרן פון כעס, הערנדיק די פראגע. זיינע אויגן האבן געגלאנצט אויף דעם תלמיד, וועלכער האט געוואגט צו דערמאנען דעם נאמען פון דעם קעגנערישן רב... דער תלמיד האט זיין שטראף באקומען: ער איז דערווייטערט געווארן פון חדר אין קארידאר. אפשטייענדיק אזוי א געוויסע צייט, האט אים ר׳ נטע דערלויבט אריינצוגיין צוריק אין חדר, בתנאי אז ער זאל זיך וואשן די הענט... גישטא מער ווי איין קאנדידאט אויף א פאסטן פון א ד 5 נאך עטליכע טעג, ווי עס איז גילטיק דער קאנקורם אויף אריע * שיקן אפערטעס אויף די פאסטנם פון א רב און א "פאדראבין". ביזן היינטיקן טאג איז דערווייל מער נישט איינגעפלאסן ווי איין אפערטע אויף א רב, דאס איז פון דעם בעל חזקה, דעם אלטן רבס זון. דאקעגן אויף דעם אמט פון "פאדראביך" איז איינגעפלאסן א גרעסער צאל אפערטער, צווישן אנדערע פון דעם ראדאמסקער שווא * גער, הרה״ג ר׳ דוד האלבערשטאם פון סאסנאוויץ. דער דאזיקער פאל האט ארויסגערופן גרויס צערודערונג ביי די ציוניסטן, וועלכע האבן דעם בעסטן באווייז, אז אלע רבנים אין פוילן פארשטייען, אז זיי טארן נישט ארויסשטעלן זייערע קאנדידאטן אץ דער צייט, ווען עס איז פארהאנט א יורש, א זון.

passage_5d70d38b22bc3d9686fe2bc5
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 5170-5904

דעם לעצטן טאג חול המועד פסח, 1938, ענדיקט זי ו דער טערמין פון קאנקורס. * שטאט־אויפגאבן און פארטיי־קאמפן (וועגן דער רבנות־פראגע אין בענדין) באמערקונג: זינט דער פטירה פונעם רב, ר׳ צבי חנוך לעווין ז״ל, 1935, איז בענדין געבליבן אן א געוויילטן רועה רוחני, הגם ס׳האבן אין דער שטאט געווירקט צוויי רבנים, וועלכע האבן געהערט צום "מזרחי" און "אגודת ישראל". פץ צייט צו צייט האבן זיי געהערט אין פארשידענע קרייזן שטימען, אז ס׳זאלן פארקומען רבנות־וואלן, כדי צו מאכן א סוף צו דער אומנארמאלער לאגע. דעד מחבר פונעם געבראכטן אר * טיקל, בן־איש, זאגט זי ו ארויס קעגן די וואלן, כדי אויסצומיידן ברידער־מחלוקת, שרייבגדיק, אז מען מוז נאד אפווארטן, ווייל - 160 -

passage_6d6fa23dd5503ba10a3250dc