Original scan
Original memorial-book scan 167
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1169

געפינט זיך אונטער דער אויפזיכט פון אלקושער דאקטאר, אייבהארן, וועלכער ערטיילט דעם בית־הבראה אומזיסט מעדיצינישע הילף. דער פאטראנאט פון קיבוץ האט א דאנק דער מיפ פון פרעזעס פירסטענבערג געשאפן די מיטלן אויף די ערשטע איינריכטונגען. * א ראיאך־כאראטונג פון די חלוצישע יוגנט־ארגאניזאציעס דעם צווייטן טאג שבועות נאכן מיטאג, איז פארגעקומען אין בענדין א ראיאן באראטונג פון אלע קיבוצים און חלוצישע יוגנט־ארגאניזאציעס אין זאגלעמביע. אין נאמען פון מרכז החלוץ האט זיך באטייליקט א. זאדער־באווווקי פון ארץ־ישראל. אויפן סדר־היום זענען געשטאנען די פראגן, וואט האבן צו טאן מיט דעם 20~יעריקן יובל פון החלוץ (1918—1938) און מיט די ארבעטן פון די ארגאניזאציעס און זאגלעמביער קיבוצי־הכשרה. צווישן אנדערן איז באשלאסן געווארן: 1) פייערן מיט פארשידענע אימפרעזן דעם 20 יעריקן יובל פון החלוץ, 2) אויסבויען אין יעדן שטאט און שטעטל חלוצישע סניפים, 3) מאביליזירן די יוגנט פאר די קיבוצים, 4) פארשפרייטן די יובל אויסגאבע: "העתיד", ״ידיעות״ און אנדערע, 5) ארויסגעבן א זאמעלבוך פון לעבן און טעטיקייט פון די ציוניסטישע יוגנט־ארגאניזאציעס אין זאגלעמביע.

passage_df90ab646c259349d48c1a70
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1171-2313

צום סוף איז פייערלעך באשלאסן געווארן איינשרייבן דעם החלוץ אין "ספר הזהב" פון קרן־הקימת לישראל. עם איז דער כבוד פון זאגלעמביע צו פארייביקן דעם 20 יעריקן יובל פון החלוץ אין "ספר הזהב", ווייל בענדי ן איז געווען דאס וויגעלע פון דער חלוצישער באוועגונג און פון דאנען האבן זיך תמיד געלאזט מיט אלע עליות די ערשטע חלוצים־גרופעס אויפן וועג קיין ארץ־ישראל. עס איז געוויילט געווארן א ראיאן־סעקרעטאריאט פון פאלגענדן צוזאמענשטעל: מאראוווטשיק (קיבוץ בענדין), שלאמעק צי־ מערמאן ("גורדוניה" בענדין), שפרינגער ("פרייהייט" בענדין), באליצקי ("השומר הצעיר", דאמבראווא) און אליעזר (קבוצת הכשרה, "גורדוניה", סאסנאוויץ). * אקאדעמיע פון "צעירי אגודת ישראל" אין כענין אין קינא "נאוואשטשי" איז פארגעקומען אן אקאדעמיע געוויד־ מעט דער צוואנציק־יעריקער עקזיסטענץ פון "צעירי אגודת ישראל" אין פוילן. די סצענע איז דעקארירט מיט די בילדער פון די העכסטע מלוכה' מענער און פון די רבנים שפירא און ר׳ צבי חנוך לעוין ז״ל. דער זאל איז נישט קשהדיק באזעצט. דער רוב אבער זענען נישט קיין צעירים, נאר זקנים, עלטערע חסידישע יידן.

passage_251e64a0724e9996ae6bce67
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2315-3333

די אקאדעמיע עפענט דער ראבינאט־סעקרעטאר ה׳ העו ד ב ע ר ג, און אויף זיין פארשלאג ווערן באערט די קדושים פון ארץ ישראל. דאן קומען פאר באגריסונגען. אין נאמען פון דער ארטיקער ארגאניזאציע באגריסט אין העברעאיש ה׳ ו ו י י צ מ א ן, אין נאמען פון בענדינער ראבינאט — ה׳ הירש נחמן מ י י מ א ן. א שיינעם רעפעראט האלט דאן דער קאטאוויצער רב פ א ג ע ל- מאן, וועלכער ווייזט אן אויף די נייע ישובים אין ארץ ישראל א דאנק די העראישע מעשים פון די חלוצים. דער יידישער רענעסאנס — זאגט דער ראבינער — איז געקומען א דאג דעם, וואס דער ווונטש םוץ שבת ציון ווערט דורך רעליגיעזן ייד דערמאנט דריי מאל אין טאג, וואם עס האט געגעבן בטחון דעם יידישן פאלק ביזן היינטיקן טאג. אין נאמען פון צענטראל קאמיטעט באגריסט ה׳ ק ר א נ ג ר א ד. ס׳רעדן נאך דער סאקאליקער רב און ה׳ ב י נ ע נ ש ט א ק פון דער סאסנאוויצער ארגאניזאציע. די שלום רעדע האלט ה׳ פ ע ר ל ע ג ע ר און מיטן זינגען "הקבצו" ווערט די אקאדעמיע געשלאסן. * פון דער "מוזע"

passage_826441f9a208fdb0f65fdf1b
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3335-4568

פרייטיק און שבת קומען פאר אין לאקאל פון דער "מוזע" מוזיק־ קאליש־וואקאלישע אוונטן. אין פראגראם איז פארגעזען אן אויפטריט פון פאלק־כאר אונטער דער לייטונג פון מענדל קאנער און א גאנצע ריי ערשטקלאסיקע קאמפאזיציעס פון יידישן מוזיק־אוצר, א קלאוויר־רעטשיטאל און דער דראמאטישער קרייז וועט אויספירן איינאקטערס, מוזיקאלישע און כאראלע רעציטאציעס, רעזשיסירט דורך א קאלעגיום. די "מוזע", וועלכע האט זיך שוין נישט לאנג באוויזן פארן ברייטן עולם, מאכט איצט א פרווו איינצוארדענען אויף א מיניאטור־אופן קינסטלערישע אוונטן, זארגפעלטי ק צוגעגרייט אונטער א פאכמענישער אויפזיכט, וואם עס איז ווערט צו באגריסן. ס׳איז צו האפן, אז די "מוזע", וועלכע נעמט זיך ווידער צו אן ענערגישער קינסטלערישער ארבעט ווי אמאל, וועט געווינען די סימפאטיע פון דער שטאט און אירע אוונטן וועלן ווערן רייך באזוכט. אין צוזאמענהאנג מיט דער אקארשט נישט־לאנג פארגעקומענער ערשטער יארצייט פון באקאנטן טעאטר־רעזשיסער דוד הערמאן, וועלכער האט געהאט גרויסע פארדינסטן פאר דער "מוזע׳/ איז פארגעקומען אן אקאדעמיע, אויף וועלכער עס האבן גערעדט וועלוועלע רעכניץ און ל. קאנער. עס זענען אויך פארגעקומען רעצי' טאציעס פון יידישע קלאסיקער. * פץ "תפארת ישראל"

passage_f9b4a684a4083db1df9e136c
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4570-5791

דער זאל פון "מזרחי" באקומט א יום־טובדיקן אויסזען. עס קומט פאר די פייערונג אונטערן נאמען "שמחת התורה" איינגעארדנט דורך דער ניי געשאפענער "תפארת ישראל", וועלכע עס האבן געגרינדעט האגטווערקער, שאפנדיק א הילפם־קאסע און איצט א ספר התורה פאר דער געזעלשאפט. די שמחה איז געפראוועט געווארן מיט אלע פיטשעווקעס, אפילו מיט בדחנים. עס איז בין־השמשות. דער שיין דעקארירטער און בא־ לויכטענער זאל איז פול מיט חברים. א טלויפט איינער פון די ארדנער. וועלכער רופט אויס: מוזיק, דער רב גייט! עם קומט הרב גראסמאן מיט זיינע מקורבים. דער ארקעסטער שפילט א "ברוד הבא". די געסט זעצן זיך ארום די לאנגע געדעקטע מיט כל־טוב טישן, און די חגיגה הייבט זיך אן. דער גרינדער פון "תפארת ישראל" און, הויפט ארגאניזאטאר משה דריטער עפנט די פייערונג און איז מכבד דעם הרב הגאון ר׳ יצחק אייזיק גראסמאן מיטן פארזיץ. דער צווייטער הויפט־מחותן פון דער שמחה דוד ואלדער מאן באגריסט אין העברעאיש, און דער־ קלערט די באדייטונג פון דער דורך זי געשאפענער חברה א. נ. "תפארת ישראל". פרעזעס פון האנטווערקער פארבאנד גאלדשטיין דריקט אויס אין זיין באגריסונגם־רעדע דעם ווונטש, אז מיט "תפארת ישראל" זאל 163 -

passage_74e0a38cedd5c75b0a67fb66