Original scan
Original memorial-book scan 168
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1284

נאך מער פארשטארקט מערן דער אחדות צווישן די יידישע בעלי־מלאכית. אין נאמען פון לעדער־צאך באגריסט דער סטארשי יוסף טוב־ שניידעה און דאן ווע)רטערטיילט דאווארט דעם הרב גראסמאן. די הקדמה פון זיין רעדע איז געווען דער טויט־אורטייל אויף דעם יידישען בחור אין ארץ ישראל, שלמה בן יוסף ז״ל, וועלכער האט זיד מקריב געווען פאר ציון אידעאל. ביין — רופט אויס דער רב מיט פאטאם — דאם יידישע פאלק איז גרייט צו ברענגען קרבנות פארן בנין הארץ, און קיין שום עקזעקוציעס מעלן אונז נישט אפשרעקן! דאן רעדט דער חשובער רב וועגן פרעמדער און יידישער קולטור, וועגן יידישע גייסטער וואס האבן געשאפן קולטור־ווערט פאר אלע פעלקער, אחוץ פארן אייגענעם פאלק. ער רעדט אויך ארום ברייטער די באדייטונג פון דער איצטיקער שמחה מיטן שרייבן א ספר התורה דורך דער "תפארת ישראל". דער ספר ווערט מחנך, דער ארקעסטער שפילט א "פריילעכס" און דער עולם כאפט א ריקודל מיט די ספרי תורות. נאכן אפזאגן דורכן חזן קלאגסבאלד "לדור מזמור" מערט דער רוחניותדיקער טייל פארענדיקט. דאן קומט פאר די משתה, מען טרינקט "לחיים" און מען איז פריילעך. געוויילט דעם עולם האבן דער חזן, זינגענדיק הארציקע פאלקנדלידער און דער באקאנטער בדחן יצחק ראזענצווייג, דערציילנדיק סאטירישע מעשהלעך.

passage_0f42b39082fae84fadfdb1fa
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1286-2632

אין אלגעמיין איז די שמחה, וואס האט זי פארצויגן ביזן גרויען טאג אדיין, געווען זייער א געלונגענע. אין דער היינטיקער צייט, ווען דאם יידישע לעבן איז אזוי פינצטער אין גלות, איז אזא שמחה א גייסטיקע דערקוויקונג. -ו- פון האנפזמערקער פאריין - אין נייעם לאקאל פון יידישן האגטווערקער־פאריין איז פאר־ געקומען א גרעסערע זיצונג מיט דער באטייליקונג פון דער פארוואל־ טונג, פון שניידער־צעך און איינגעלאדענע מיטגלידער. פרעזעס משה קייזער רעדט וועגן דער טעטיקייט! פון פאריין אין דער צוקונפט. עם אנטוויקעלט זיך דאן א דיסקוסיע, בעת וועלכער אברהמטשע קליינמאן טראגט אריין א פארשלאג צו גרינדן אן אן־פראצענ־ טיקע ליי־קאסע פאר די מיטגלידער. דער 'פארשלאג־געבער שפענדעט באלד הונדערט זלאטעס. דעם ביישפיל טוען נאד אנדערע, און אויף ארט ווערט געזאמלט א סומע פון דרייהונדערט זלאטעם. עס ווערט צו דעם צוועק געשאפן א קאמיסיע פון קליינמאן, ראטמאן, גרינוואלד און לעשניצקי. די ווייטערדיקע באשלוסן זענען געווען: צו גרינדן א "מנין" ביים פאריין בקשר מיט דער נאענסטער אלגעמיינער פארזאמלונג זאל די פארוואלטונג זיך ווענדן צו די חברים, אז זיי זאלן מער אקטיווע מיטגלידער: די ראטמענער גרינוואלד און משה האמ־ פעל זאלן דיזשורירן יעדן טאג א שעה אין לאקאל פון פאריין, כדי אויפצונעמען אינטערעסאנטן. *

passage_043302bd88b2b7bc1e6e7592
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2634-3898

ידיעות פון "התאחדות" דעם ערשטן טאג שבועות איז פארגעקומען אין אייגענעם לאקאל א באראטונג פון אלע מיטגלידער מיט דער באטייליקונג פון גענעראל* סעקרעטאר פון דער ציוניסטישער ארבעטס פארטיי "התאחדות" אין פוילן, יצחק פייגענבוים. די באראטונג עפענט שלמה צימערמאן. דער שליח פון צענטראל־קאמיטעט, פייגענבוים, רעדט ברייטער ארום די לאגע אין ציוניזם אין ארץ־ישראל, ווו עם קומען פאר שוין דאם צווייטע יאר אומרוען מצד די אראבער קעגן יידישן ישוב, וואס שטייט העלדיש אויף דער וואך, אפשטויסנדיק אלע אטאקעס פון דעם שונא, וועלכן מיר מעלן באשטימט בייקומען און דאם לאנד ווייטער בויען ביז צום ענדגילטיקן נצחון. דער רעדנער רעדט אויך וועגן דעם מצב פון יידן אין דער גארער וועלט און ספעציעל אין פוילן, אין צוזאמענהאנג מיט די באקאנטע דרייצן באשלוסן פון "אזאך, וואס זענען געווענדעט קעגן יידן. אין זיין רעדע שטעלט ער זיך ברייטער, אפ אויפן באדייטונג פון דער פראקלאמירטער אקציע דורכן קרן קימת לישראל "הגלילה", וועמענס ציל ס׳איז אויסצוקויפן וואס מער ערד אין גליל־טייל פון ארץ־ישראל. נאך א שמועס אין וועלכן עם באטייליקן זיך פיל חברים און נאך א גענויער אינפארמאציע וועגן א ריי ארגאניזאציאנעלע ענינים, ווערט די באראטונג געשלאסן.

passage_d6398bed6d079637bb1fd314
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3900-5120

בקרוב קומט קיין בענדי ן דער באקאנטער וועלט־רייזענדע ר און טאלאנטפולער רעדנער און זשורנאליסט ד״ר חיים שאשקעס, וועל־ כער וועט האלטן אין קינא "שוויאטאוויד" א רעפעראט אויפן טעמע: "צווישן יידן אין בבל און אין פערסיע". צומארגנס נאך רעפעראט וועט פארקומען א ץ לאקאל פון "הת- אחדות" אן אויפנאמע לכבוד דעם חשובן גאסט, וועלכער געהערט צו דער "התאחדות״־באוועגונג. דער גאסט וועט איינשטיין ביים "הת- אחדות״־ע(שקן משה ראזענקער. — אין צוזאמענהאנג מיט דעם פינפטן יארצייט פ ץ אזוי יובג טראגיש אומגעקומענעם, ד״ר חיים ארלוזורוב זכרונו לברכה, וועט פארקומען אן אקאדעמיע געווידמעט זיין טייערן אנדענק. מעגן זיין לעבן און שאפן וועט ארויסטרעטן: ישראל זעלצער פץ ווארשע, מיטגליד פון צ. ק. "התאחדות" און ההנהגה הראשית פץ "גורדוניה" אין פוילן. — ווי עם איז שוין געווען געמאלדן, ווערט דורך דער "התאחדות" אין בענדי ן אויך היי־יאר איינגעארדנט א זומער־קאלאניע פאר מיט־ גלידער, פריינט און סימפאטיקער .די קאלאניע וועט זיך געפינען אין שטשירק און וועט דויערן דריי וואכן. דער אפצאל 65 זלאטעם. מיט דער קאלאניע וועט אנפירן א מיטגליד פון מרכז. איינשרייבונגען — אין סעקרעטאריאט פון דער פארטיי, קאלאנטאיא 24.

passage_b4f86d66299a5dde50b2037b
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 5122-5881

— ב ק שרמי טד י נאענסט ע שטאט־וואל ן צו ם שטאט־רא ט או ן צום ציוניסטיש ן קאנגרעם, ווא ס זאל ן פארקומע ן זומער, 1939, קומ ט פאר א גרעסער ע חברי ם פארזאמלונ ג מיט ץ פאלגענד ן סד ר היו ם: שקלים־אקציע, הכנו ת צ ו ד י שטאט־ראט! וואל ן או ן לופט־שו ץ הלוואה. -ו- די פפה אקצי ע פו ן דע ר ?!הילה. די קהילה, רעכגענדי ק זי ך מי ט דע ר שטארקע ר נוי ט פו ן דע ר יידישער באפעלקערונג, מא ס הא ט זי ך הי י יאר, 1937, פארגרעסערט, האט אסיגניר ט העכע ר צוועל ף טויזנ ט זלאטע ס פא ר דע ר קמחא־אקציע, א חו ץ ד י געלטער, ווא ם זעגע ן געשאפ ן געוואר ן דור ך פריוואט ע שפענדונגען בי י ד י פארמעגלעכ ע שטאטיש ע איינומינער. די געזאמעלט ע געלטע ר זענע ן שו ץ צעטייל ט געוואר ן דע ר ארימע ר יידישער באפעלקערונג. מי ט דע ר אקצי ע הא ט אנגעפיר ט פרנ ם דו ד סהאצילאס.

passage_0ef2a85feadadd0e803f7fbd