און פאראבקעם, וועלכע מען פירט צום פארקויף, 1 שקאיעץ זילבער / אזויפיל דארף מען אויך צאלן פון יידן׳ הגם מען פירט זיי נישט צום פארקויף. פרעמדע רייטער אדער פוסגייער מיט סחורות, צאלן, פונוואגען זאלן נישט קומען און אומאפהענגיק פון מין, סיי קריסטן, סיי יידן, צוויי אפאלער גראשן, דאקעגן ארטיקע רייזנדע צאלן גאר־ נישט. דאס זעלבע איז שייך רייטער און פוסגייער, קריסטן און יידן פון סיעווערזש". אין א דיפלאם פון יאר 1227 לייענען מיר וועגן יידן פויערים, וואם אקערן אויף דעם פירשטם נחלאות אין דער געגנט פון בויטן און צאלן מעשר פון 0נאף דעם ברעסלער בישאף. א באדייטגדיקע צאל יידן איז געקומען קיין בענדיִן צום סוף פץ 13־טן י.ה. אין אנפאנג פון 14־טן י.ה. האבן יידן פארלאזט די לאנדווירטשאפט און אנגעהויבן זיך צו באשעפטיקן מיט האנדל. זיי האבן געעפנט קרעמלעך און זיך אויך פארנומען מיט געלט־טוישן. אין 17־טן י.ה. ווערט צווישן די שאלות ותשובות פון ב״ח (בית חדש) דערמאנט "ק״ק בענדין" אין צוזאמענהאנג מיט א גבית עדות 2.
די העכסטע אויטאריטעט פון יעדן יידישן קבוץ איז געווען די קהלה, וועלכע איז געוויילט געווארן דורך די אנגעזעענסטע בעלי־ בתים. אין דער שפיץ פון יעדע קהלה איז געשטאנען א רב און א סינדיק (א יורידישער ראטגעבער). אין די שפעטערדיקע צייטן טרעפט מען שוין אפילו אין די קלענסטע שטעטלעך אונטער־קהלות, וועלכע זענען געווען אונטערגעווארפן צו די נאענטסטע קהלות. אין דער צווייטער העלפט פון 17־טן י.ה. שיקט שוין בענדי ן ארויס אן אייגענעם פארשטייער קיין קראקע צו דער יידישער לאנד־פאר־ טרעטונג, וועלכע האט זיך גערופן "ועד ארבע ארצות". דער בענדינער דעלעגאט צום ועד אין יאר 1666 האט זיך גערופן: ר׳ ישראל בן שמואל (סאמועלעוויטש). די יידן אין פוילן זענען באטראבט געווארן אלס אויסלענדער. צוליב דער סיבה זענען זיי געווען אונטערגעווארפן דירעקט דעם קעניג, וועלכער האט באשטימט די וואיעוואדעס אלס זיינע פארטרע־ טער. די וואיעוואדעס ווידער, האבן, אין אזעלכע שטעט ווי בענдин, איבערגעגעבן די מאכט די סטאראסטעס. צוליב דעם זענען די יידן נישט געווען אונטערגעווארפן קיין שטאטישן געריכט. אין דער ערשטער אינסטאנץ זענען יידן געמשפט געווארן דורך א יידיש געריכט. קעגן אן אורטייל פונעם יידישן בית־דין האט געדינט דאם רעכט צו אפעלירן צום וואיעוואדע אדער סטאראסטע און צום סוף ערשט צום קעניג.
דאס יידיש געריכט איז באשטאנען פון א רב, סינדיק און לאווניקעס (בייזיצנדע אין געריכט), וועלכע זענען דעלעגירט געווארן דורך דער קהלה. אלע סכסוכים צווישן א קריסט און א ייד זענען אויך געמשפט געווארן, אין דער ערשטער איגסטאנץ דורך א יידיש געריכט, נאר מיט דער באטייליקונג פון א וואיעוואדע אדער סטאראסטע. די משפטים זענען געוויינלעך פארגעקומען אין דער שול, ווו עס זענען אריך אפגעהיטן געווארן די אקטן. די תפיסה, וועלכע די יידן האבן געמוזט אויסהאלטן אויף זייער חשבון׳ האט זיך אויך געפונען ביי דער שול. א געריכט־־זיצונג אן דער באטייליקונג פון די לאווניקעס איז געווען אומגילטיק. אין יאר 1591 זענען אין דער בענדינער שול געהאנגען די 1. א שקאיעץ האט צוערשט באטייט א געוויסע צאל זילבער, וואס אנטשפרעכט דעם ווערט פון אן אקס, דערנאך האט ער אנטשפראכן 724 חלק פון א גזשיוונע. 2. שרית ב״ח הישנות, סימן פ״א. פארשריפטן פארן יידישן געריכט. די דאזיקע פארשריפטן זענען באשטאנען פון 12 פונקטן און זענען געווען געשריבֿן אין דער העברעישער און פוילישער שפראך. די בענדינער יידן האבן געגעבן דעם וואיעוואדע פאר די משפטים, וועלכע זענען דורך אים פערזענלעך געפירט געווארן, 100 גילדן ווי אויך 10 פונט זאפערן מיט צימערינג יערלעך. צי דאס איז געווען א טאקסע אדער א פריוויליק מתנה, איז אומבאוווסט.
אין אנפאנג זענען די בענדינער יידן שטארק באגרענעצט געווען אין זייערע רעכט. זיי האבן נאר געמעגט וווינען אין געוויסע ראיאנען פון דער שטאט און עס זענען פאר זיי באשטימט געווארן געוויסע טעג פארן מסחר. אויך די צאל סחורות, מיט וועלכע זיי האבן געמעגט האנדלען איז געווען באגרענעצט. ערשט ווען זיי האבן זיך געפילט שטארקער, פאר די צייטן פון קאזשימיעזש יאגיעלא, באמיען זיי זיך — צוזאמען מיט די קראקעווער יידן — צו באקומען פארשידענע פריווילעגיעם. זייערע באמיונגען זענען געקרוינט געווארן מיט דער־ פאלג און קאזשימיעזש יאגיעלא האט זיי אין יאר 1453 אנערקענט זייערע פריווילעגיעם. די פריווילעגיעס האבן אויך דערלויבט ארטיקע יידן זיך צו פארגעמען מיטן האנדל פון אויסלענדישע סחורות, אבער נאר אין הורט. זיי זענען אויך צוגעלאזט געווארן צום האנדל פון פוילישע סחורות, אבער די צאל ארטיקלען, מיט וועלכע זיי האבן געמעגט האנדלען, איז געווען שטארק באגרענעצט. פון אויסלענדישע סחורות׳ האבן יידן געמוזט אפצאלן א העכערן צאל, ווי די קריסטלעכע סוחרים. אז בענדינער יידן האבן שוין דעמאלט גענומען אן אקטיווע אנטייל אין אויסלענדישן האנדל, באווייזט דער פאקט, דאס אין יאר 1695 ווערט אויפן לייפציקן יריד דערמאנט א בענדינער סוחר מיטן נאמען משה בענדינער.
די ערשטע באקאנטע פריווילעגיע איז געווען די אזוי גערופענע "קאלישער פריווילעגיע", ארויסגעגעבן דורכן פירשט באלעסלאוו דעם פרומען אין יאר 1264. די יידן זענען לויטן קאלישער סטאטוט, דאס אייגנטום פונעם פירשט ("שקלאפן פון מלוכה־אוצר"), זיי זענען מחויב צו באצאלן דעם פירשט שטייערן, דערפאר געניסן זיי פון זיין שוץ. די פריווילעגיע פארזיכערט די יידן פערזענליכן און אלגעמיינעם שוץ ווי אויך זיכערקייט פון אינדיווידועלן און קהלישן פארמעגן. איינע פון די וויכטיקסטע סטאטוט־פארשריפטן איז דער באשלוס, וועלכער שטיצט זיך אויף א בולע פונם פויפסט אינאצענט ווו׳אם ווארפט אפ די בייזוויליקע עלילת־דם בלבולים. לויטן מוסטער פונעם קאלישער־סטאטוט זענען געווען רעדאגירט די שפעטערדיקע פריווילגיעס פון קאזשימיעזש דעם גרויסן, וועלכע האבן אנגעטראפן אויף א שטארקע אפאזיציע מצד דער קאטוילישער גייסטלעכקייט, וואס האט געשטרעבט אפצוווענדן די יידן פץ דער קריסטלעכער באפעלקערונג.
אין יאר 1527 האט זיגמונט 1 מיט א ספעציעלע פריווילעגיע אויסגעגלייכט די יידישע סוחרים מיט די קריסטלעכע אין דער הינזיכט פון צאל, אפצאלן, שטייערן אאז״וו. אין אן ערך פון 15 יאר שפעטע ר טרעפט מען שוין יידן אלם ארענדארן פון קרעטשמען אץ ספירט־ ברענערייען, אלס פאכטער פון יאטקעם און מילן ווי אויך אלם איינמאנער פון קעניגלעכן צאל. אין די צייטן פונעם קעניג סטעפאן באטארי באקומען די בענדינער יידן א דערלויבעניש צו וווינען אין צענטער פץ דער שטאט, ווי אויך צו האנדלען אין מארק צוגלייך מיט די קריסטלעכע סוחרים. אין יאר 1592 האט דער בענדינער מאגיסטראט באקומען א באפעל 13