Original scan
Original memorial-book scan 18
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1155

פון זיגמונט 111 צו פארטיידיקן די ארטיקע יידן קעגן עולות און אנפאלן ווי אויך אפצוהיטן די רעכט, וואס זענען זיי געגעבן געווארן. צומיינסטן פרייהייטן האבן יידן אין פוילן באקומען אין די צייטן פון וולאדיסלאוו 1׳, וועלכער האט זיי אויסגעגלייכט אין דער הינזיכט פון רעכט מיט די איבריקע בירגער פון לאנד. איינע פון די גרעסערע יידישע דערגרייכונגען איז געווען, דאס אפשאפן׳ דורכן יא ן קאזשימיעזש, דאס אזוי גערופענע "קאדוק־ געזעץ" 3. יעדעם מאל, ווען אויפן פוילישן טראן איז ארויפגעטרעטן א נייער קעניג, האבן די בענדינער יידן גלייך צו אים געשיקט א דעלעגאציע מיט א בקשה צו באשטעטיקן די שוין באקומענע רעכט. אזוי איז עס אויך געשען נאכן איבערנעמען די הערשאפט אין דער פוילישער הויפט־שטאט דורך יאן סאביעסקי. דאסמאל זענען אבער די יידישע פארשטייער צוריקגעקומען מיט גארנישט, ווייל דער קעניג איז געווען פארנומען מיט וויכטיקערע ענינים און האט דעם באשטע־ טיקן פון די רעכט אפגעלייגט אויף שפעטער. .די בענדינער קהילה האט אבער דעם ענין נישט פארנאכלעסיקט און אין 11 יאר שפעטער האבן זיי דערווארבן א פרישן פארמעט מיט דער באשטעטיקונג פון זייערע רעכט.

passage_4e2ffb419cc0908ed49a7e8b
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1157-1979

דער דאזיקער פארמע ט געפינט זי ך היינט צ ו טא ג אי ן בענדינער מאגיסטראט, ווו ע ר ווערט אפגעהיטן אי ן א ן אייזערנער פייערזיפערער קאסע׳ וועלכע אי ז פארזיגלט מי ט לאק־חתימות. נאכן איבערטרעטן דע ם טרא ן דור ך סטאניסלאו ו אויגוסט פאניא־ טאווסקי, אי ז א דעפוטאציע פו ן בענדינער יידן געפארן קי ץ ווארשע מיט די אלטע פארמעטן, כדי דע ר קעגיג זאל זי י באשטעטיקן. די דעפוטאציע אי ז צוריקגעקומען אי ן יולי 1766 מי ט א פרישן פארמעט, וועלכער הא ט אנטהאלטן א ך אלטע און ניי ע פריווילעגיעס. דער דערמאנטער פארמעט האלט 80 צענטימעטער ד י לענ ג או ן 35 צענטימעטער ד י ברייט, מי ט א חתימה־שנור, וועלכ ע אי ז טיילוויי ז באשעדיקט. ע ר געפינ ט זי ך אי ן בענדינער ארכיו ו או ן אי ז אייגנהענטיק אונטערגעשריבן דורכ ן קעגיג, וו י אוי ך באשטעטיקט דורב ן קעניגלעכן וויצע־נאטאר, אויגוטטי ן קאריטאווסקי .

passage_37db9e09c04198246e37b2f4
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 1981-2847

די סיבה פון דער אינטענסיווער באוועגלעכקייט פון די בענדינער יידן אין די ענינים פון זייערע אלטע און נייע רעכט דארף מען זוכן אין די דעמאלסטיקע געזעצן, אונטער וועלכע זיי זענען געווען אונטער- געווארפן. ווען מ׳נעמט אין באטראכט, אז פון די ׳עלסטע צייטן אן האבן זיך די יידן געמעגט באזעצן נאד אין באשטימטע ראיאנען, אז אויפן מארק און אין די ארומיקע גאסן האבן זיי נישט געטארט קומען, אז אין האנדל זענען זיי געווען שטארק באגרענעצט, אז אין די פאר- שטעט און אין די דערפער איז זיי פארבאטן געווען צו האנדלען, דערביי האבן זיי געמוזט צאלן כלערליי מלוכהש׳ע און קאמונאלע שטייערן אין א פיל גרעסערער פראפארץ צו די איבריקע איינוווינער, קאן שוין אונז נישט ווונדערן די אויסערגעוויינלעכע רירעוודיקייט פון די בענדינער יידן ביים דערווערבן פאר זיך וואס אמאל אלץ נייע פריווילעגיעם.

passage_ed00b8d6b4b1e388b3a0b0d1
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2849-3751

א געוואלטיקע ענערגיע האבן די בענדינער יידן, צוזאמען מיט די קראקעווער, אויסגענוצט אויפן מבטל צו מאכן דאס דערמאנטע "קאדוק־געזעץ". דאס דאזיקע געזעץ האט פעסטגעשטעלט׳ אז נאכן טויט פון א ייד, אלס אויסלענדער, גייט זיין גאנץ פארמעגן אריבער אלס אייגנטום פון קעניג, אז ווען א ייד באגייט א געווענלעכן פארברעך און ער ווערט פארמשפט דורכן געריכט, האט אים דאס "קאדוק־געזעץ" בארויבט פון זיין פארמעגן. אמת, אז דאס "קאדוק־געזעץ" איז אויך 3. א ביסל אויספירלעכער וועגען "קאדוק־געזעץ" וועלן מיר שרייבן ווייטער . אנגעווענדעט געווארן לגבי נישט יידן, אבער נאד דעמאלט ווען עס זענען נישט געווען קיין יורשים אזש ביז צו דער אכטער מדרגה פון קרובהשאפט. אין זייער קאמף פאר א בעסערע צוקונפט האבן די בענדינער יידן אפטמאל זיך באנוצט מיט פארשידענע אריגינעלע איינפאלן, כדי אויסצומיידן די ספעציעל פאר זיי באשטימטע שווערע געזעצן.

passage_c9eedb93a5f274f068353808
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 3753-4760

ס׳איז באקאנט, אז אין פוילן האט אין אמאליקע צייטן עקזיסטירט אן אפצאל, וועלכער האט זיך גערופן: "קוימען־שטייעד". דער דאזיקער שטייער האט פארפליכטעט יעדן ייד אין פוילן צו צאלן 30 גראשן פון יעדן קוימען אין הויז (נישט יידן האבן געצאלט 6 גר.). די נויט מאכט אבער דערפינדעריש, זענען די בענדינער יידן די ערשטע געפאלן אויף דער המצאה צו פארייניקן עטליכע אויוונס אין איין קוימען. די דאזיקע "דערפינדונג" איז אבער אנטדעקט געווארן, די שולדיקע זענען פארטריבן געווארן פון דער שטאט און זייערע הייזער זענען קאנפיסקירט געווארן לויט די פארשריפטן פונם "קאדוק־געזעץ". אין דער פארטיידיקונג פון זייערע רעכט האבן די היגע יידן זיך נישט אפגעהאלטן ארויסצוטרעטן אפילו קעגן "ועד ארבע ארצות" ווען יענער האט געהאנדלט קעגן זייערע אינטערעסן. אזוי איז אין יאר 1666 אויסגעבראכן א "רעוואלוציע" פון בענדינער יידנטום קעגן ועד און ס׳האט געמוזט קומען צו אן אינטערווענץ מצד דעם שלאם־גארניזאן. דער ענין שטעלט זיך אזוי פאר:

passage_94c4d53bc052a6ff94a2cd72
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 4762-6407

נאך די שוועדישע מלחמות האט מען ארויפגעלייגט אויף די פוילישע בירגער א שטייער אויפ צו באצאלן דאס פארלעגענע געהאלט פאר די סאלדאטן. א טייל פון די מיליטערישע אפטיילונגען האט באקומען ץ מלוכה־אוצר אסיגנאטן, וועלכע די יידן אין לאנד האבן געדארפט דעקן. אזוי ווי ס׳האט אפט פאסירט, אז די אפטיילונגען האבן אנגעווענדעט געוואלט, כדי ארויסצובאקומען געלט פון די יידן. האט דער "ועד ארבע ארצות" באשלאסן מיטאמאל אויסצוקויפן אלע אסיגנאטן. צו דעם צוועק האט דער ועד געבארגט ביים קעניג־ לעכו סעקרעטאר קאזשימיעז קאוואלקאווסקי די סומע פון 26,000 פוילישע גילדן. די הלואה האט געזאלט אויסגעצאלט ווערן דורך א געלט־זאמלונג צווישן די יידישע מאסו אין פוילן, וואס איז פרא־ קלאמירט געווארן דורךן ועד. די בענדינער יידן זענען געווען צווישן די ערשטע, וועלכע האבן אריינגעטראגן זייער חלק, זיכער זייענדיק, אז דערמיט איז דער ענין דערליידיקט. אין א געוויסער צייט אדום האבן זיי זיך אבער דערוווסט, אז דער חוב איז נישט באצאלט געווארן און, אז די יידישע ראשי ם האבן ארויסגעגעבן א ציראגראף (אן אייגנהענטיקע שריפט), וועלכער האט געזאגט, אז אויב אין באשטימטן טערמין וועט די הלואה נישט ווערן צוריקגעצאלט, האט קאוואלקאוו־ סקי דאם רעכט אין גאנצן קעניגרייך צו רויבן, כאפן, ארעסטירן און פייניקן יעדן ייד אזוי לאנג ביז דער חוב וועט נישט ווערן דרייפאכיק געדעקט. אחוץ דעם, אויב די הלואה וועט פארט נישט באצאלט ווערן, האט דער קעניגלעכער סעקרעטאר געמעגט קאנפיסקירן דאס גאנצע פארמעגן פון די יידן אין פוילן, שליסן זייערע שולן און בתי־תפלות, ארויסטרייבן זיי פון זייערע הייזער און דארט באזעצן קריסטן.

passage_b6b4639e1c074b06c9458450
Passage 7OCR · respaced for reading · source chars 6409-6966

ווען די בענדינער קהלה האט זיך דערוווסט וועגן דער שריפט, האט זי מאביליזירט אירע מיטגלידער, וועלכע האבן באלאגערט דאם הויז פון זייער פארשטייער צום ועד, כדי זיך נוקם צו זיין אין אים פאר זיין פאראט. דער באלאגערטער דעפוטאט, וועלכער האט זיך געפונען אין זיין אייגענער וווינונג אויף דער סלאווקאווער־גאס (היינט קאלאגטאיא), האט גערופן צו הילף די שטאטישע וואך, נאר איידער זי איז געקומען איז דער ראש שטארק צעשלאגן געווארן און זיין וווינונג איז דעמאלירט געווארן. אזוי ווי ס׳איז אנטשטאנען א מורא 14

passage_6df6d4b1be6652545e3f36bd