Original scan
Original memorial-book scan 170
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1048

פון דער געזעלשאפט "פרייגט פון העברעאישן אוניווערזיטעט אין ירושלים" אויף א ספעציעלער זיצונג אונטערן פארזיץ פון פרעזעס שמעון פירסטענבערג, האט די פארוואלטונג באשלאסן אדורכצופירן א ווערבירונגס אקציע פון מיטגלידער פון דער דאזיקער געזעלשאפט אין בענדין. עם איז צו האפן, אז דער רוף פון דער געזעלשאפט וועט געפונען, דווקא אין איצטיקן מאמענט, ווען דער העברעאישער אוניווערזיטעט איז בארופן צו דערפילן אזא וויכטיקע ראלא פאר דער יידישער יוגנט. דעם ווארעמסטן אפקלאנג, און די צאל מיטגלידער ווע׳ט בלי שום ספק פארדאפעלט ווערן. אויף דער זעלבער זיצונג האט די פארוואלטונג באשלאסן צו אנערקענען סובווענצן צו 500 זלאטעס פאר צוויי מאטוריסטן פון דער יידישער גימנאזיע, כדי זיי צו דערמעגלעבן דאס שטודיום אין ירושלים. די פארוואלטונג טיילט מיט אלע פאראינטערעסירטע, אז דער טערמין פון די איינשרייבונגען אויף דעם העברעאישן אוניווערזיטעט אין דעם אקאדעמישן יאר 1939/40 ווערט געשלאסן סוף אפריל. * וועגן דער ארדענונג אויןש דער "גורר, א זאמקאווא" און אין פאר

passage_758297430b757e84f40cf60d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1050-2349

די שיקאנע ם און פיזיש ע פארלעצונגע ן מצ ד קריסטלעכ ע גאסן ־ יונגען קעג ן ייד ן אוי ף דע ר "גורק א זאמקאווא ״ או ן אי ן פאר ק — קומע ן פאר אל ם אפטער . עסקני ם או ן שליח י צבו ר זענע ן מחוי ב צ ו אינטער ־ ווענירן וו ו מ׳דארף , א ז ד י ר ו פו ן ד י יידיש ע באזוכע ר אוי ף ד י דערמאנטע אפרדערטע ר זא ל ניש ט געשטער ט וועד ן או ן א ז ,ד י יידישע יוגנט , וועלכ ע קומ ט אהי ן פארברענגע ן עטלעכ ע שע ה אוי ף דער פרייע ר לופט , זא ל ניש ט אומקער ן זי ך א היי ם מי ט צעבלוטיקט ן קאפ, ווארו ם אזעלכ ע עטלעכ ע פאקט ן זענע ן באמ ת פארגעקומען . אט אי ז ווידע ר צ ו פארצייכנע ן א פא ל פו ן נידעריקע ר באליי ־ דיקונג קעג ן יידיש ע יוגנטלעכע , דא ם מא ל מצ ד ד י ארדנער ס אי ן פארק, וועלכ ע האב ן זי ד דערלויב ט צ ו זידל ן בע ת דע ם פייערלעכ ן ראפארט פו ן זאגלעמביע ר "הנוע ר הציוני" , ווא ם האב ן דאר ט אפגע ־ האלטן זייע ר ״קאלאני ע טאג״ , מי ט אזעלב ע ״פערלדיקע ״ אויסרופ ן : ״מ׳האט איי ך פו ן דייטשלאנ ד פארטריב ן — קומ ט אי ר ד א אהער ו מ׳וועט איי ך פו ן דאנע ן אוי ך פארטרייבן , וויי ל אי ר זיי ט אונ ז ד א אויך איברי ק 1״.. . די יידיש ע דערצ ו בארופענ ע עסקני ם אי ן בענדין , או ן אי ן דע ר ערשטער די י ד י ראטמענער , מוז ן זארג ן דאפאר , א ז ס׳זאל ן ווער ן אנגענומען געהעריק ע מיטל ן פא ר צוריקשטעל ן ד י ארדענונ ג לגב י אלע איינוווינע ר פו ן אונזע ר שטא ט א ן יעד ע אויסנאם . * אנטיסעמיטישע "כלימעלעד "

passage_09f1e0662c05602a47dccfe2
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2351-3679

אויפן באלעבסת מאלאכאווסקא גאם, נאענט ביים סקווער, האבן מיר באוויזן אויפשריפטן מיט קדוש לבנה אותיות: ״זשיד — וורוג פאלסקיו" ("א ייד איז דער שונא פון פוילן!") . אין דער אנטיסעמיטישער צייטונג "גאניעץ ווארשאווסקי" איז אפגעדרוקט א בריוו פון "זוויאנזעק פאלסקי" אין זאגלעמביע, מיט א הייסן אפעל צו די דירעקטארן פון די מיטל־און פאוושעכנע־שולן, אז זיי זאלן די יידישע שילער אוועקזעצן אויף באזונדערע בענק, אפגעזונדעדט פון דער קריסטלעבער יוגנט . ״מיר גלויבן — ווערט געזאגט אין בריוו — אז איר, העררן דירעקטארן, וועט אונזער הייסע בקשה דערפילן, כדי מיר זאלן נישט זיין געצווונגען זיך צו ווענדן וועגן דעם דירעקט צו דער שול־יוגנט!״ . — פירושים זענען איבריק . * אן עליה־פאנד פאר זאגלעמכיער חלוצים ביי פארשידענע געגעלגנהייטן דעקלאמירט מען כסדר וועגן אונזערע פיאנערן, וועגן זייערע גרויסע לייסטונגען פארן ארץ ישראל אויפבוי און באזונדערם וועגן זייער אפפערוויליקייט און קרבנות־ גרייטשאפט, וואס מען זעט דאס טאקע אין די 3 יארן טעראר אין ארץ ישראל, 1939/36 . אויף יעדע פארזאמלונג דערציילן מיר וועגן די העלדענטאטן פון די חלוצים, וועלכע שטייען אויף דער וואך ביים פארטיידיקן די דעראבערטע פאזיציעס אין לאנד פון אונזער צוקונפט און וועגן נייע דעראבערונגען און דערגרייכונגען פארן יידישן פאלק .

passage_8f3f93682fafeb919ef6c34a
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3681-4817

ווי איז אבער די נאציאנאלער געזעלשאפט צו אונזערע חלוצים אין די זאגלעמביער קיבוצים, אויפן הכשרה, אויף דער פארבערייטונגס־סטאציע צו ארץ ישראל? מיר מוזן, ליידער, פעסטשטעלן, אז מיט קיין איבעריקער זארגפעלטיקייט ווערן אונזערע חלוצים נישט באהאנדלט פאר זייער עליה מצד דער יידישער גע־ זעלשאפט. מען דארף געדענקן, אז דאס זענען דאך די צוקונפטיקע העלדן, די וועלכע שאפן דעם ווונדערלעכן פאלקס־עפאם אין ארץ ישראל, דאס זענען דאך די זעלבע חלוצים, וועלכע האבן אין די לעצטע יארן פון קאמף און אויסדויער, גבורה און קרבנות־גרייטשאפט, אויסגע־ צויבערט די לעגענדע פון חניתא, מעלה־החמישה, רמת־הכובש און צענדליקער אנדערע וווגדערבארע ישובים. צו ווייסט אבער די נאציאנאלע געזעלשאפט אין וואס פאר א שווערע מאטעריעלע און מאראליש־געזעלשאפטלעכע באדינגונגען קומט אויס צו לעבן אונזערע חלוצים אויפן הכשרה? עס געהערט כמעט צו די זעלטנסטע דערשיינונגען — באקלאגן זיך די אנפירנדע חברים פון א הכשרה קבוצה — צו דערגרייכן א נייע ארבעטם־פאזיציע פאר א חלוץ ביי א יידישן ארבעטס־געבער מיט, זעלבסטפארשטענד־ לעד, זעלטענע אויסנאמען.

passage_eede69c987cef31e8029a3cd
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4819-5527

אויך כדאי צו פארלייכטערן די חלוצים זייער עליה קיין ארץ ישראל — ווערט גארנישט געטאן. היינט צו טאג שטייען גרייט עטליכע צענדליק חלוצים אין יעדן זאגלעמביער הכשרדדקיבוץ צו עליה, צו הגשמה — און זענען נישט ביכולת עולה צו זיין, צוליבץ פעלן פון די נויטיקע געלד־מיטלען דערצו. ווי זאל מען דאס פארשטיין? ווי זאל אזא אינדיפערענטע באַ־ ציונג מצד אונזער געזעלשאפט צו די חלוצים־קאנדידאטן אויפ׳ עליה אנגערופן ווערן? עס מוז ווערן געשאפן א גרעסערע ר געלט־פאנד, וואס זאל דער־ מעגלעכן די אלע חלוצים עולה צו זיין און קענען פארווירקלעכן די שטרעבונגען, פאר וועלכע זיי האבן זיך במשך פון יארן מכשיר געווען. לאמיר עס געדענקען און דערפילן! - 166 -

passage_ede15c88cbebb2bf59cd437c