Original scan
Original memorial-book scan 171
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1323

אדוואקאט שטייגער משפט־זין * מיט אן ענדעקישן אדוואקאט דער אדוואקאט שטייגער (וועלכער איז בשעתו געווען אזוי בארימט צוליב זיין פראצעס אין וועלכן ער איז באשולדיקט געווארן אין ווארפן א באמבע אויפן מלוכה פרעזידענט, וואיטשעכאווסקי — 5־טן טעפטעמבער 1924 — און איז באפרייט געווארן), האט אנגעקלאגט אין געריכט דעם ענדעקישן אדוואקאט פאזאווסקי, וועלכער האט אין זיין רעדע אויף א געוויסן פראצעס געזאגט: "שטייגער, וועלכער האט אויסגעפירט אן אנפאל אויפן מלוכה־פרעזידענט, איז אויף דער פריי און מיין קליענט, וועלכער איז באגאנגען א פאטריאטישן טאט — זיצט אין תפיסה". צוליב די דאזיקע ווערטער האט שטייגער אים אנגעקלאגט אין געריכט. * (באמערקונג פון דער רעד.: מאגיסטער סטאניסלאוו שטייגער האט זין־נאכטס באקאנטן פראצעס אין לעמבערג, 1925, ("בייליסיאדע" אין א צווייטער אויפלאגע) באזעצט אין בענדין, און נאכן ענדיקן זיין שטודיום געווארן דארט טעטיק אלס אדוואקאט און ציוניסטישער עסקן. ער איז אומגעקומען מיט אלע בענדינער יידן). וועגן אלטן כיודהקברותר אוי!? זאוואלע גאס אין דער בענדינער סטאראסטווא איז פארגעקומען א קאנפערענץ מיטן אנטייל פון דער קהילה און רבנות, אויף וועלכער ס׳איז באטראכט געווארן די פראגע פון בית־הקברות אויף דער זאוואלע גאס, וואט הארמאניזירט נישט מיטן שיינעם אויסזען פון דער שטאט...

passage_3600f863538cac1d05d542c1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1325-2569

אויף דער קאנפערענץ איז מצ ד דער יידישער פארשטייערשאפט פארגעשלאגן געווארן א "מאדום וויווענדי", וועלכער זאל באפרידיקן הן דעם אויסזען פון שטאט און צוגלייך שוינען די רעליגיעזע און עטישע געפילן פון דער בענדינער יידישער באפעלקערונג. ווי אויך אויף א באשטעלונג האט זיך די ארטיקע גאנץ־און האלב־ אנטיסעמיטישע פרעסע צעשריבּן איבער דער נויטווענדיקייט צו בא־ זייטיקן פולשטענדיק דאס בית־החיים. אן יעדן קאמפראמים. מיר האבן דא אלזא צוטון מיט א גוט אינספירירטער אקציע, וועלכע צילט אין די יידישע רעליגיעזע און עטישע געפילן. עס איז די אויפגאבע פון אונזער רעפרעזענטאנץ צו פארדאפעלן די וואב־ זאמקייט, און אננעמען אלע נויטיקע באווארענישן, כדי צו באוועגן די לאקאלע דעצידידנדיקע פאקטארן אין דער ריכטונג פון אונזער שטאנדפינקט, וואס פארזעט אלע מאמענטן ארויס דער פראגע. די מיטגלידער פון דער חבר ה ״נושאי המטה״ אין 1925. די חברה איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1832. די מיטגלידער זענען געווען פון פראסטן פאלק ״עמדשער אין אייזן״. זייער אויפגאבע איז דאס געווען, — אזוי ווי דאס בית־חיים איז געווען ווייט פון דער שטאט — צו טראגן די מיטות. געהאט אן אימן בית־המדרש, ווו שוין פארטאג פלעגן די פאלקס־מענטשן זיצן אין זאגן תהילים.

passage_afaf54cbd38676b20718ece3
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2571-2812

חברי חברת "נושאי המטה" ב־1925. נוסדה נד 1832 על־ידי יהודים פשוטי־עם, שקיבלו על עצמם את נשיאת מיטות המתים אל בית העלמין המרוחק מן העיר. היה להם ביודמדרש משלהם שבו אומרים היו תהילים כבר עם השכמת הבוקר. - 167 -

passage_adc009657d179573fe54698a