ערב מלחמה־שטימוננען (יוני, 1939). אין זאל פון שטאט־ראט איז פארגעקומען א פארזאמלונג מיטן אנטייל פון פארשטייער פון דער מיליטערישער און פאליצייאישער מאכט, ארגאניזאציעס, פארבאנדן, א ריי געזעלשאפטלעכע עסקנים און פרעסע, מיטן צוועק צו וויילן א קאמיטעט לטובת דער הלוואהסובס־ קריפציע. פרעזידענט פון דער שטאט, ה׳ איזידאר טשיק, עפענט די פארזאמלונג און רעדט מיט פאטאס וועגן דער ערנסטער פאליטישער לאגע. ״די מלחמה געפאַר איז גאר א גרויסע — זאגט דער רעדנער — און אלע בירגער פון לאנד דארפן ארויסווייזן זייער גרייטקייט מאראליש ובפרט מאטעריעל פאר דער מלוכה־פארטיידיגונג און צו שטארקן אונזער ארמיי, וועלכע וועט העלדיש אפשטויסן אלע אנגריפן פונעם שונא וועלכער באדראט אונזער קיום״. דער פרעזידענט שטעלט פאר דעם הלוואה קאמיסאר איבער זאג־ לעמביע, פולקאווניק יאן קיאווסקי, און רופט אויס: "זאל לעבן די פוילישע ארמיי. דער גאנצער עולם שטייט אויף אץ חזרט איבער דריי מאל דעם אויסרוף. פולקאווניק קיאווסקי זאגט אין זיין רעדע. אז דער גוטער רע־ זולטאט פון דער הלוואה באווייזט. אז דאס גאנצע פאלק איז איבער־ געגעבן דעם לאנד און רעגירונג. דאן ווערט געוויילט א קאמיטעט: גלח זאוואדזקי, פרעז.
רובענל יה ט׳ פאליציי קאמיסאר׳ לאווניק לאסקאווסקי. יעקב געלבארה דירעקטאראייזיק שיין, דירעקטאר שפיגעלמאן, דירעקטאר טערצארזש, זאיאנץ, דזשעדזיץ, דוד גו־ טענשטיין, משה האמפעל. ד. ל. גאלדשטיין,סאלםק י, הערמאן פינקום, קעמפינסקי, רעדאקטאר לעווקאוויטש ובן־אמו ץ), הערמאן צוקערקאנדעל, גימנאזיע־דירעקטאר ד״ר איינהארן, ד״ר קאטיבאוויטש, ד״ר רע בטשאם ט, ד״ר וויינציחער אץ נאך. ס׳ווערט אנגענומען פאלגענדיקע רעזאלוציע: "די פארזאמלונג מיטן אגטייל פון פארשטייער פון דער בענדינער געזעלשאפט, ווענדעט זיד צו אלע בירגער פון דער שטאט אין דער דאזיקער ערנסטער שעה, ווען דאס לאנד איז באדראט פון אויסערלעכע שונאים, אז זיי זאלן דערפילן דעם פאטריאטישן חוב אץ צייכענען די נאציאנאלע מלחמה־ הלואה. יעדער ערלעכער בירגער, אפילו דער ארעמסטער, דארף דער־ פילן זיין בירגער פליכט! די וואם תעלן נישט ארויסץייזן לאיאליטעט לגבי דער מלוכה און נישט צייכענען די חלואח, אדער ץייניקער ווי זיי דארפן, וועלן געסטענזפעלט ווערן פאר שלעכטע און נישט לאיאלע בירגער, פאר וועלכע עס דארף נישט זיין קיין ארט אין פוילן...
(באמערקונג: די לעצטע ווערטער פון דער געבראכטער רעזא־ לוציע זענען ספעציעל דורכץ שרייבער פץ דער נאטיץ אונטערגע־ שטראכן מיט א פעטע ליניע, וועלנדיק מרמז זיין די אנטי־יידישע כוונה פון די ווערטער "פאר וועלכע עס דארפט נישט זיין קיין ארט אין פוילך). א טייל פון די רואנד״מאלעריי אין דער גרעסער שול. חלק מציורייהקיר בבית־הכנסת וזגדול . ־ 168 -