Original scan
Original memorial-book scan 173
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1168

ד. געשטאלט ז ד״ר סאלאמאן (שלמה) וויינציהער ■■ ען איך בין געווען יונג, פלעגט מיין זיידע, א קהל־עסקן אין אונזער 11 שטאט, זייער אפט דערמאנען דעם נאמען וויינציהער, מיט וועלכן ער פלעגט צוזאמען ארבעטן אין ק ד,לישע ענינים. כ׳געדענק ווי מיין זיידע האט מיד אמאל געפירט אין וויינציהערס הויז. ווען די פדו י האט נאך געארבעט אלם דענטיסטין, זי זאל מיד געבן עפעס צו צאן־ווייטיק. דער זיידע האט דאן געזאגט: — זעסט דעם ד״ר וויינציהער, כאטש ער רעדט בלויז פויליש, איז ער א וו1ילער מאן מיט א יידיש הארץ, און העלפט אסך ארעמע מענטשן אין אונזער שטאט. כ׳האב דאמאלס ט ניש געטראכט, אז אין די שפעטערדיקע יארן וועל איד זיין איינער פון וויינציהערס נאענטע פריינד, און א נאענטער מיטארבעטער זיינער אין געזעלשאפטלעכע און אויך אין יידיש־פאליטישע ענינים. איידער איד קום צו מיין אייגענטלעכער אויפגאבע, צו שילדערן ד״ר וויינציהער אלם מענטש און ייד, — עטליכע ווערטער וועגן מיין זיידן, וועלכער האט אסך בייגעטראגן צו ד״ר וויינציהערס באזעצן זיך אין אונזער שטאט. ד״ר סאלאמאן (שלמה) וויינציהער ראם גאנצע געלערנטקייט פון זיידן איז באשטאנען אין קענען דאווענען,

passage_4873ac16551df1038755d2d0
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1170-2489

זאגן א קאפיטל תהילים, מעביר סדר הזיין, און זיי אונטערשרייבן. אבער ער איז געווען א גרויסער סוחר, און מים א גרויס ווארעם יידיש הארץ. א רייכער מענטש, פון די נכבדי העיר, פאפולער צוליב זיין געזעלשאפטלעכער ארבעם. געווען דאזאר אין דער קהלה, וואס אין יענע צייטן האט עס געמיינט — א בעל־הבית איבער די שטאט־ענינים. א גרויסער בעל־צדקה, אויסגעהאלטן א חסידיש שטיבל אין זיין הויז, אויף די עלטערע יארן צוגענומען אברהמלע ה ע נ ד ע ל ם, רעם בענדינער עלוי, אלס מלמד וואס איז מיט אים געזעסן יעדן אוונט אין שטיבל און געלערנט א שיעור. געשטיצט ארימע קליינהענדלער. געהאלפן זיי פירן די געשעפטן! דערצויגן זיינע פיר זין און איידעם אלס לומדים און גרויסע סוחרים. בכלל איז מיין זיידע געווען שטענדיק גרייט צו העלפן יחידים און קהל. אין ווען די בענדינער שול האט געברויכט א געמויערטן פארקן, האט עס דער זיידע געלאזט מאכן אויף זיין חשבון. יעדער אין שטאט האט געוווסט, אז אין א עת־צרה דארף מען גיין צום "גרויסן ראובך, ווי מען האט אים גערופן צוליב זיין אטלעטישן וווקס אין שניי־ווייסער בארד. כ׳וויל נאד באמערקן, אז אלע זייגע אייניקלעך זענען געווען קהלישע עסקנים. האבן אנגעפירט כמע ן מיט אלע ארגאניזאציעס פון שטאט — פון פועלי ציון ביז דער "אגודה"! דאם איז איבערגעגאנגען בירושה פון זיידן.

passage_910774b60397776ca0cf3e8f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2491-3862

ד״ר וויינציהער האט זיך באזעצט אין בענדי ן סוף פאריקן יארהונדערט. געקוזמען פון א זייער אסימילירטער פאמיליע אין פיעטריקאוו, ווו זיינע ברידער זענען געווען דאקטוירים און אינזשינערן. באלד נאכן באזעצן זיך ביי אונז אין שטאט האט ער אנגעהויבן ארויסווייזן פאראינטערעסירונג פאר געזעלשאפטלעכער ארבעט, — אין יענע צייטן האט עס געמיינט "פילאנ־ טראפיע". ער איז געווען דער ארגאניזאטאר פון דער באקאנטער אינסטי־ טוציע, וואס האט זיך גערופן מיטן פוילישן נאמען "טאוואזשיסטווא דאברא־ צ׳ינאשצ׳י", און לאנגע יארן געווען איר פרעזעס. די אינסטיטוציע האט זיך פארנומען מיטן זארגן און געבן הילף צו קראנקע, און זיך אויך פארנומען מיטן זארג פאר יתומים. פון אט דער ארבעט איז שפעטער ארויסגעוואקסן ראם יתומים־הויז, וואס איז געווען איינע פון די שענסטע אינסטיטוציעס אין בענדין און אומגעגנד. אט די ארבעט פאר יידישע אינטסיטוציעם האט ודינ י ציהערן געמאכט זייער באליבט און פאפולער אין אונזער שטאט, ביי אלע שיכטן פון דער יידישער באפעלקערונג. וויינציהער האט תמיד גערעדט פויליש, יידיש האט ער אבער גוט פארשטאנען, און ער איז געווען שטארק צופרידן ווען ער האט געקענט אריינווארפן אין זיינע פוילישע רעדעם א פאר יידישע ווערטער. מ׳האט צו אים קיינמאל קיין טענות נישט געהאט צוליב זיין פויליש־רעדן, ווייל מ׳האט געפילט, אז ראם פדליש־רעדן קומט פון א יידיש הארץ.

passage_069cb77ba7fb4189f90111b9
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3864-4948

נאכן אויסברוך פון דער ערשטער וועלט־מלחמה איז וויינציהער געווען טעטיק אויך אויפן פאליטישן געביט. בעת דער אקופאציע פון די דייטשן, זענען אין בענדי ן פארגעקומען די ערשטע שטאט־ראט וואלן, וואס זייער אויסגאנג איז געווען א יידישע מערהייט. די וואל־רעזולטאטן האבן שטארק באומרוהיקט די פאליאקן, וועלכע האבן נישט געוואלט ליידן קיין יידישע מערהייט אין שטאט־ראט, האבן זיי זיך דאן געוואנדן מיט א חוצפהדיקן פארשלאג, אז די יידן זאלן זיך אפזאגן פון זייער מערהייט לטובת דער פוילישער באפעלקערונג. די יידישע ראטמענער, אנגעפירט דורך ד״ר ודיני ציהערן, האבן אפגעווארפן מיט שטאלץ דעם אומגעהערט ן פארשלאג, א ץ איבערגענומען די פימנ ג פון שטאט־ראט. ד״ר וויינציהער איז אויסגעוויילט געווארן אל ם פארזיצער. דער פאל איז רא ן געווען א גרויסע סענסאציע אין לאנד: א יידישער שטאט־ראט — איי ן אויסנא ם אין גאנץ פוילן. און ווען יצחק גרינבוי ם איז נאך פוילנ ם באפרייאונג צוריקגעקומען קיין פוילן, האט ער מיד געזאגט: "אייעד בענדינער סנהדרין איז געווען פאפולער, אפילו אין רוסלאנד האט מען וועגן דעם גערעדט".

passage_d3a59ccbcafdda4963a62ce8
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4950-5627

וויינציהער איז נישט געווען קיין ציוניסט, אבער תמיד מיטגעארבעט מיט די ציוניסטן. ציוניפטישע ארבעט — האט ער געזאגט — מיינט גלייב׳ צייטיק קאמף פאר יידישע רעכט, און פאר אזא קאמף איז ער תמיד געווען גרייט אוועקצוגעבן זיין צייט און כח! מיר, ציוניסטן, האבן דעריבער אים שטענדיק אונטערשטיצט ביים איבערנעמען פארשידענע וויכטיקע אמטן, סיי אין יידישע סיי אין נישט יידישע אינסטיטוציעס. מיר האבן געהאלפן אים אויסוויילן אלס קהילה פרעזעס אין אונזער שטאט, הגם מיר האבן געקענט און אפשר געדארפט באזעצן דעם אמט מיט א ציוניסט. מיר האבן אבער געהאט צו אים א גרויסן צוטרוי. זיין ערלעכקייט און ענערגיע האבן אים - 169 -

passage_f4c7e737ae4688a11555ed9f