באליבט געמאכט ביי אלע שיכטן פון דער יידישער באפעלקערונג. ער האט פארשטאנען די יידישע מאסן, געשילט זייערע נויטן, און שטענדיק זיך באמיט זיי צו העלפן. ווען ס׳זענען פארגעקומען די ערשטע סיים־וואלן, האט זאגלעמביע געקענט אויסוויילן א יידישן דעפוטאט, בתנאי׳ אז אלע אידן אין גאנצן קרייז זאלן שטימען אויף איין וואל־ליסטע. די איינציקע פערזאן וועלכע האט געקענט פאראייניגן אדום זיך אלע פארטייען, איז געווען ד״ר וויינציהער, און ער איז טאקע אויסגעוויילט געווארן אלס סיים־דעפוטאט. דאס האט אויף אים געמאכט א געוואלדיגן רושם. אין ווען דער שרייבער פון די שורות איז צומארגנס נאך די וואלן געגאנגען מיטן באקאנטן מזרחי פירער בעריש פרעגער, אים באגריסן און ווינטשן אין נאמען פון דער ציוניסטישער באוועגונג צו זיין דערוויילט ווערן אלס סיים־דעטוטאט, האט מען געפילט פון זיין ענטפער, אז איצט איז ער נישט בלויז א בענדינער עסקן, נאר א שליח פון גאנצן פוילישן יידנטום, גרייט צו פארטיידיקן זיינע אינטערעסן פארן פוילישן סיים.
מיר, ציוניסטן, האבן דאַן אנגעפירט מיט דער גאנצער וואל־אגיטאציע צו סיים. איך פלעג דאו פארן מיטן ד״ר וויינציהער אין די שטעט און שטעטלעך פון גאנצן קרייז סאסנאוויץ, דאמבראווע, זאוויערטשע, זשארקי, און רעדן צו די יידישע מאסן אין די בתי־מדרשים אין שולן. וויינציהער פלעגט רעדן פויליש. אפט אויף די רייזעס פלעגט ער זאגן צו מיר: .הלואי וואלט איך געקענט רעדן צו מיינע יידן אויף דער שפראך וואס איר רעדט צי זיי״. — זיינע פוילישע רעדעס האבן אבער שטענדיק דערווארעמט די יידישע צוהערער, אלע האבן געפילט אז ער רעדט צו זיי א גרויסער ווארעמער ייד. אין סיים איז וויינציהער, הגם נישט קיין ציוניסט, גלייך אריינגעטרעטן אין נאציאנאלן ראט פון דער ציוניסטישער גרופע׳ און מיטגעמאכט אלע אירע קאמפן קעגן דער פוילישע רעגירונג און סארטיידיקט יידישע רעכט. ס׳איז שווער אין א קורצן ארטיקל צו שילדערן זיין ארבעט אין סיים,
איד ווי ל בלוי ז באמערקן, א ז ווען ס׳זענען פארגעקומען די רייבונגען צווישן גרינבוימ׳ם און רייו׳ם גרופן, איז ד״ר וויינציהער אויסגעוויילט געווארן אלם פרעזעס פון דער אידישער "קאלא" אין סיים. אלע האבן דאן פארשטאנען, אז פיט זיין ערלעכקייט וועט ער קענען פארמיידן א שפאלטונג צווישן די קאנגרעם־פוילישע און גאליציאנער יידישע דעפוטאטן. בענדי ן האט געהאט א גיויסע צאל טיכטיקע אין איבערגעגעבענע עסקנים, וועלכע האב ו יאידלאנ ג געארבעט געזעלשאפטלעו און געהאט גרויסע פארדינסטן פאר דער אנט־ וויקלונג פון יידישן בענדין, אבער לויט ווי מיין זכרון דינ ם מיר — האט בענדין קיינמאל פאר אט די עסקנים נישט געמאכט באנקעטען. א ן אויסנאם איו געווען דער וויינציהער׳ און דא ם אי ו א באווייז פאר דר ך ארץ צו אים.
אייניקע יארן פארן אויסברוך פון דער שרעקלעכער מלחמה איז וויינציהער אלט געמארן 60 יאר. ביי א באראטונג פון א גרופע געזעלשאפטלעכע טוער אין הויז פון דער אווי באליבטער ביי אונז אין שטאט פדוי צירעלע שיין, איז באשלאסן געווארן צו מאכן אים א באנקעט אלס אנערקענונג פאר זיין נוצלעכער ארבעט, אין צוזאמענהאנג מיט זיין יובל. אין דער ווארשעווער פרעסע, ספעציעל אין .נאש פשעגלאנד", זענען דאן דערשינען א ריי אם-שאצונגען פון זיין ארבעט אלס סיים־דעפוטאט, אנווייזנדיק אויף דערויף, אז הגם ער קומט פון א אסימילירט ן קרייז, האט ער דאך באוויזן זיין יידישן שמאלץ און ליבע צו די יידישע מאסן. סיי אלם דאקטאר, סיי אלם כלל טוער. *יי*• דער באנקעט איז פארגעקומען אין יתומים־הויז, אין דער געביידע מאם איז געווען די קרוין פון זיין ארבעט. וויינציהער איז שטענדיג געווען אן אפענהערציקער מענטש. מען מ׳האט אים מודיע געווען מעגן באנקעט, האט ער נישט — מי ס׳פאסירט אפט — געזאגט, — צו מאם דארף מען דאם? פארקערט, ער איז געווען צופרידען. מיט גערירטע ווערטער האט ער געזאגט צום שרייבער פון די שורות. "כ׳בין שטאלץ, מאס מ׳אנערקענט מיין ארבעט פאר דער שטאט. אמת, נישט אלעמאל האב איך אלע צופרידן געשסעלט פיט מיין עסקנות, דעריבער בין איך נאפמע ר שטאלץ אויף דעם
צוטרוי צ ו מיר, און דאס איז די בעסטע באלוינונג פאר מיין לאנגיעריקער ארבעט. דאס גיט מיר ענערגיע פאר נאך לאנגע יארן פון ארבעט פאר די יידישע אינטערעסן. דערביי האט ער באמערקט: — "כ׳ווייס, מי דער שטייגער, מעלן אויפן באנקעט געהאלטן ווערן אסך רעדעס, אבער אויף צוויי רעדעס ווארט איך מיט אומגעדולד. און די צוויי רעדעס, מעלן זיין יידישע — דאס זענען אייער רעדע, פאני ליווער, און ד״ר ליבערמאנם". ד״ר מיינציהער האט געארבעט אין יידישן שפיטאל אין סאסנאמיץ, ווו ס׳האט אויך געארבעט ד״ר ליבערמאן, א כלל־טוער, א לינקער פועלי־ציון. וויינציהער האט שטארק געלויבט ליבערמאנם ארבעט אלס ראטמאן אין סאסנאוויצער שטאט־ראט. מיט די עטליכע ווערטער בין איך אויסן צו באווייזן זיין באציאונג צו נאענטע פריינט און צו יידיש. צו דעם באנקע ט זענען געקומען אלע פארטיי־טוערס פון גאנץ זאגלעפביע. דאס איז געווען אן אויסדרוק פון אנערקענונג פאר א מענטש, וועלכער האט דעם גרעסטן טייל פון זיין לעבן אפגעגעבן פאר זיינע ברידער, און אייביק געפילט די פליכט וואס די יידישע געזעלשאפט האט אויף אים ארויפגעלייגט.
דאם לעצט עמאלה באידאיהם געזען אין איינעם א פרייטיק דעם ערשטן טאג מען די נאצים זענען באפאלן פוילן. עטליכע מיגוט צוזאמען — און מיר האבן זיך געזעגענט. און פונקט ווי אמאל אלם יונגער בחור, האב איך נישט געטראכט, אז וויינציהער וועט אמאל זיין מיין זייער נאענטער פריינד, אזוי האב איך אויך יענעם פרייטיק נישט געטראכט, אז דאס איז דער לעצטער שמועס און לעצטער האנט־דרוק פון א מענטש מיט מעלכן עם האט פיר געבונדן א נאענטקייט פון כמע ט דריי צענדליק יאר. איר האט דעמזעלבן טאג פארלאזט בענדין, און נאך א לאנגן שווערם וועג דערגרייכט דאס גרויסע פרייע אסעריקע. מיינציהער האט געהאט מעגליכקייטן צו פארלאזן בענדין. ער האט עס נישט געטאן. ער איז געווארן אויפן כלל־טוער, אויפן קעמפער פאר יידישע רעכט, פארנומען זיך מיט מעדיצינישער פראקטיק. זיין הארץ האט זיכער געבלוטיקט צוקוקעזדיק זיך, ווער ס׳זענען געווארן די פארשטייער פון יידישן בענדין. געארבעט פאר ארעמע, פאר קראנקע, און מיטגעווייטיקט דעם צער פון די יידישע מאסן, פאר וועלכע ער האט אזוי פיל געווידמעט כוחות און מי — און צוזאמען מיט זיי געגאנגען צום טראגישם טויט, וואס די נאצישע מערדער האבן פאר זיי צוגעגרייט.
ער האט געלעבט א שטאלץ יידיש לעבן ביז זיין לעצטן טאג. האט זיין נאמען נישט פארפלעקט ביז די לעצטע מינוטן פון זיין טראגישן אומקום. ערע זיין טייערן אנדענק. אגרחפ ליווע ר * אליעזר רובינליכט (פארזיצמר פון ועד קהלה, וויצע־פרעזע ס פון שטאס־ראס) * עקומען פון מארשע און געמארן א בענדינער איידעם. נעמט אן אקטימן !■אנטייל אין פאליטיש־געזעלשאפטלעכן לעבן פון דער שטאט. פון די ערשטע כיטגרינדער פון "הזמיר" ווו ע ם האבן זיך קאנצעטרירט די קולטור טוער נאד פאר דער ערשטער וועלט-מלחמה. געמאכט א רושם מיט זיין ערשיינונג, מאם האט ארדסגערופן דרד־ארץ. געפירט א גרויסן הורט־געשעפט פון פאפיר. אין קורצן מערט ער ארייג * געצויגן אין די סוחרישע קרייזן, און איז דער הויפט־רעדנער אויף אלע סוחרישע פארזאמלונגען. זייט 1913 פארזיצער פון סוחרים פאריין, געווען באקאנע אלם סוחרישער טוער מאם איז גרייט יעדן צו העלפן. נישט געהערט צו קיין שום פארטיי, ער ווערט געמיילט דורכן פוחרים־פארבאנד אין שטאגרראט, און זייט פוילנם אנטשטייונג כיו ן יאד 1938 — איוע ר געווע ן מעטיק אין,שטאט־יראט, א 170 -