Original scan
Original memorial-book scan 186
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1271

שולן פון טאלעדא, סעוויליע, און קארדאווא, געזוכט די שפורן פון דער הערלעכער פארגאנגענהייט׳ דערזען די ווונדערבארע תקופד. און אירע גרויסע שעפערס, און זי אופגעלעבט פאר אונז אין זיין בוך. גאלדקארן איז איינער פון די יידישע קינסטלער וועלכע באנען א נייעם וועג אין דער יידישער מאלעריי. אבי מנחם דער יידישער אויפשטאנד אין ווארשאווער געטא — אייל־בילד פון א. גאלדקארן. המרד היהודי בגיטו ווארשה — ציוּר שמן, צייר א. גאלדקארן. * אברהם שמעון(שימעלע) ראטענבערג • עבדירן אין 1594 אין בענדין. דער פאטער יצחק יהושע האט געהאט 1* א געשעפט פון אויבסט. ווער אין גענדין האט נישט געקענט יהושע ראטענבערג׳ס קעלער, ווּ מ׳האט באקומען "רעבעלעך׳ (ארץ־ישראלנים), ביר־העקעלעך, באניעקערן, א. אז. וו.? אברהם שמעון(שי׳מעלע) ראטענבערג. די מוטער, דאבריש — א מזל טוב, פון די איטערעסאנטע מיפן אין שטאט. שטיל, און אן רעש האט זי זיך פארנומען מיט העלפן ארימע, וועלכע האבן זיך געשעמט אויסצושטרעקן די האנט, און זיי געהאלפן מיט מתן בסחר. נישט איין ארעמע שטוב איז אויפגעריכט געווארן אויף שבת, א דאנק דאבריש, שימעלעם מוטער. שימעלע האט באקומען א טראדיציאנעלע דערציונג, געגאנגען אין חדר און אין דער זעלבער צייט געלערנט אין דער חיים ביי א פריוואטן לערער עברית.

passage_86a1e2fc00ae8fdf8142c3e1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1273-2456

אין יאר 1924 פארט ער שטודירן קיין ווילנע. נאד איעיקע יאר קומט ער צוריק קיין בענדין אלם אבסאלווענט פון ייוו״א, און ווערט א מיטארבעטער אין דער "זאגלעמביער צייטונג*, ווו ער שרייבט ארטיקלען וועגן יידישן קולטורעלן לעבן פון זאגלעמביע, און אויך אלס ליטעראטור־קריטיקער! ארבעט מיט אויך אין דער אמעריקאנער יידישער פרעסע. אין דער פרייער צייט האט ער זיך פארגומען מיט מאלעריי! געווען א גוטער פייזאזשיסט, פלעגט מאלן די קרומע געסלעך פון "אונטער בארג", דעם שלאם, די פשעמשא, די שול. ער האט ליב געהאט צו מאלן זיין היים־שטאט בענדערין. שימעלע האט אויך אנטייל גענומען אין פאליטיש־געזעלשאפטלעכן לעבן. געווען פון די פרייגט פונ׳ם ארבייטענדן ארץ־ישראל, און א געוויסע צייט פארזיצער פון "ועד למען ארץ ישראל העובדת" אין בענדערין. אין יאר 1929 הויבט זיך ער אן צו זאמעלען מאטעריאל פאר זיין גרויסן מערק: "דער אילוסטרירטער אלמאנאך פון יידישן זאגלעמביע", וואס האט ארומגענומען די געשיכטע פון אלע יידישע קהילות אין זאגלעמביע. ווען זיין בוך איז געווען גרייט צום דרוק ברעכט אויס די צווייטע וועלט־מלחמה, און דער מחבר און זיין ווערק טיילן דעם גורל פון גאנצן זאגלעמביער יידענטום.

passage_a97d10cc71cfdeb8fbe86fd6
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2458-3783

דעם 1־טן אוגוסט 1943 ווערט שימעלע ראטענבערג, צוזאמען מיט די לעצטע בענדינער יידן, פארשלעפט דורך די דייטשע מערדער אין די גאז־קאמערן פון אוישוויץ. ערע זיין אנדענק! ד. ל. * מרדכי בעריש ראטענבערג • עבוירן אין בענדיִן אין יאר 1903, ביי זיין פאטער יהושע און מוטער 1• דאבריש, וואס איז געווען באקאנט אלס גוטע דערציילערין פון משלים און מעשיות, וועלכע האבן א ןשום ספק באאיינפלוסט אויד די דערציונג פון יונגן מרדכי בעריש. פון דער צווייטער זייט האבן אויף אים געמאכט א שטארקן איינדרוק די אפטע דיסקוסיעס פון דער גרופע ארבעטער אינטעלע־ ליגענץ, וועלכע פלעגן אפט באזוכן דעם פרוכטךקעלער פון זיין פאטער, און דארט דיסקוטירן פיט זיינע עלטערן און ברידער וועגן ציוניזם און סאציאליזם. זייענדיק 15 יאר אלט ווערט ער אריינגעצויגן אין דער יידישער ארבעטער־באוועגונג, ווארפט זיך אריין מיט לייב אין לעבן אין איר טע* טיקייט און ווערט דער פירער פון דער "באראכאווער־יוגנט". אין דער זעלבער צייט לערנט ער זיר א פאר, און ארבעט אלס סטאלאר. די לעצטע 10 יאר געווען דער פאקטישער פירער פון דער לינקע־ פועלי־ציון אין שטאט, זי אויסגעצייכנט מיט א שנעלער תפיסה. געווען צווישן די שיינע און שטארקע רעדנער, ארויסגעטרעטן אויף אלע וואל־ מיטינגען, פאלעמיזירנדיק פיט די קעגנערישע פארטייען, ספעציעל מיטן .בונד".

passage_2894692d1adda6b027fbd980
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3785-4557

זיין איינפלאם איז געווען קענטיק נישט בלויז אין בענדין, נאר אויך אין דער פועלי־ציון באוועגונג אין גאנץ זאגלעמביע. אין יאר 1925 פארט ער קיין ארץ־ישראל, ווו ער ארבעט אלס גאסן־ קערער אין תל-אביב. קומט צוריק קיין בענדין, ווערט אויסגעוויילט אלס ראטמאן אין שטאט־ראם. אלס פרנס, פון פועלי־ציון אין דער קהלה, געווען א שטענדיקער דעלעגאט אויף אלע פארטיי־צוזאמענפאח, א מיטגליד אין פארטיי־ראט פון פועלי־ציון אין ווארשא. אין דער לעצטער צייט פון די אקטיווע טוער פון דער דראמאטישער געזעלשאפט "מוזע". אין דער פרייער צייט פלעגט ער מאכן איבערזעצונגען פון דער פוילישער ליטעראי טור אויף יידיש. איו 1942 ווערט ער דורך די דייטשן געשיקט אין אן ארבעטם־לאגער, און קומט מער נישט צוריק. ליוו. ♦ - 182

passage_8e9526be9ddc8d7758d335ce