אברהם גאלדקארן נאכלעסיקונג. דא, אין פוילן, צעוואקסט זיך דער קינסטלער, ער שעפט פון די יידישע פאלקסימאסן. ער איז געווען א קיבסטלער מיט א ברייטן האריזאנט, און ארויסגעבראכט אויפן לייוונ דאם יידישע לעבן מיט זייבע סאציאלע פראבלעמען. אפעלבוימ׳ם טיפן זענען פשוטע מענטשן, יידישע מוזיקאנטן, קבצנים, העגדלער מיט גרינצייג און פרובטן.
אין יאר 1925 האט אפעלבוים אנגעהויבן דעם פארשלאג פון דער בענדינער יידישער קהילה, צו באצירן די שול פון אינעווייניק, און צוזאמען מיט נאך צוויי קינסטלער — דעם סקולפטאר חיים ד, אנפאט אין דעם מאלער שמואל ציגלער — פון סאסנאוויץ, געלינגט די דאזיקע דריי קינסטלער צו שאפן א גרויס קונסטווערק; שטיצנדיק זיך אויף אלטע מוסטערן פון וואנט־ מאלעריי אין דער רענעסאנס־עפאכע, האבן זיי געשאפן א פרעכטיק קונסט־ ווערק: די מאלעריי אין פלאסטיק פון דער שול איז געשטאנען אויף א ד,ויכן קינסטלערישן ניווא, באזונדערס דער באראליעף פון דער מזרחוואנט, ווו אפעלבוים האט אריינגעלייגט זיין גאנצן כוח אין קונסט. דאס איז בא־ שטעטיקט געווארן דורך א גאנצע רייע קינסטלער אין קונסט־קריטיקער וועלכע האבן די שול באזוכט; רעפראדוקציעס פון די ארבעטן געפינען זיך אין תל-אביבער מוזיי, ווי אויך אין דעם בצלאל־מוזיי אין ירושלים. איבער א יאר האט געדויערט די ארבעט פון די דריי קינסטלער, — און בענדין איז טאקע געווען די איינציקע שול אין פוילן, וואס איז איגערלעך געווארן אויסגעמאלן דורך יידישע קינסטלער. ווען א פרעמדער פלעגט קומען אין שטאט אדיין, פלעגט מען אים דאס ערשטע ווייזן די מאלעריי פון דער שול. די יידישע פרעסע אין פוילן האט געשריבן, אז ווארשע, לאדז און אנדערע שטעט, דארפן נעמען בענדין אלס ביישפיל אין איר באציאונג צו יידישע קיבסטלער.
אפעלבוים באזעצט זיך אין נאענט ן קאטאוויץ, ווו ער מאלט די נויט פון די פוילישע קוילעךגרעבער. נישט קוקענדיק דערויף, וואט דאס זענען געווען זיינע בעסטע יארן, דאך האבן די צייטן פון ד,ונגער און נויט איבערגעלאזט טיפע שפורן אינעם קערפער פון יונגן קינסטלער, און אין דעם 3~טן יאנואר 1931 שטארבט אפעלבוים פון שווינדזוכט. דוד ליווער א יום תהילים — אייל בילד פון משה אפעלבוים. אמירת תהילים — תמונת שמן, צייר משה אפלבוים. * עבוירן אין 1908 ביי חסידישע עלטערן. דער פאטער, א גערער חסיד, 1* האט נישט געטראכט אז זיין זון זאל ווערן א מאלעד, האט ער אים דערצויגן אין פרומקייט. געלערנט אין חדר, שפעטער ביז 15 יאר אין בית • המדרש, הויבט אן,צייכענען, סתם אזוי. געפילט א טיפן דראנג צום צייכעגען, ביז דער צופאל האט אים צוזאמגעגעפירט מיטן באקאנטן גרויסן יידישן מאלער הענריק גאטליב, וועלכער האט געזען זיינע צייכענונגען, און ער האט איר געראטן צו שטודירן. אין 1928 פארלאזט ער טאטזדמאמע ס הויז, און פירט קיין בעלגיע, ווו ער לערנט אין דער קונסט אקאדעמיע מאלעריי. אברהם גאלדקארן
מאכט דורך שווערע צייטן אין דער גרויסער פרעמדער וועלט, — דער נאטירלעכער וועג פון א קינסטלער, פון וואס אויך גאלדקארן ווערט נישט נתפעל. דער דראנג צו לערנען איז שטארק — ביז ער ווערט איינער פון די אינטערעסאנטע פאריזער מאלער. ער הויבט אן מאלן בילדער מיט סאציאלער טעמאטיק. זיין מאלערישער סטיל האט אדורכגעמאכט פארשי- דענע ענדערוגגען, ער זוכט נייע אויסדרוקן אין דער קונסט. אין 1940 אגטלויפט ער קיין פראנקרייך, ווו ער נעמט אן אקטיוון אנטייל אין דער פראנצויזישער אונטערגרונד־באוועגונג. באזעצט זיך נאכן קריג אין פאריז. אין יאר 1946 האט ער אויסגעשטעלט זיין גרויס בילד, וואס האט מיט זיך פארגעשטעלט דער יידישן קאמף אין ווארשאווער געטא, דער אומגלייכער און אזוי וווגדערפולער געראנגעל פון מענטש קעגן דער בעסטיע, דאס בילד האט דאן געמאכט א גרויסן רושם אין דער קינסטלערישער וועלט, און גאלדקארן ווערט בארימט.
ער דערווייטער זיך פון רעאליזם, זוכנדיק אויסצודריקן די אידיי פון זיין בילד אויף אן אבסטראקטן אופֿן ("אברהם מיט די מלאכים"), ער איז אויך דער מייסטער פון גראפיק - איינס פוןיינע שענסטע ארבעטן זענען די "ספרדישע מאטיוון״ (״ל׳־אימאזש סעפארדיק״) — אן אלבום מיט 19 ראדירונגען און האלץ־שגיטן פון דער שפאנישער גאלדענער תקופה, אין א פראכטפולער אויסגאבע פארזען מיט א פארווארט פון ז׳אן קאסו, הים - טארישע טעקסטן פון סעסיל ראט, און איבערזעצונגען פון יהודה הלוי, שמואל הנגיד, אברהם אבולעפיה, רמב״ם, אברבנאל, און אנדערע. פאראן דארט אימפאזאנטע פארטרעטן פון די גרויסע יידישע גייסטער. 14 חדשים — טאג און נאכט האט דער קיגפטלער געארבעט איבער דעם ווערק, וואס געהערט זיכער צו די פראכטפולסטע אויסגאבעס. פון די פארטרעטן שטראלט ארויס עטוואס מיסטישעס, דאס וואס דער קינסטלער האט מיט זיך מיט - גענומען פון ביתיהמדרש אין בעגדין, אויף דעם ווייטן וועג איבער בעלגיע - טאלעדא-פאריז * לאנג האט גאלדקארן געוואנדערט איבער די געסלעך און 181