וויסע צא ל ארבעטס־כוחות, צו רייניקן די שטאט; און די פאדערונג איז געוואקסן וואט א מאל גרעסער. אין יאנואר 1940 האט דער יודנ־ ראט געמוזט צושטעלן יעדו טאג 1500 ארבעטער, וועלכע האבן גע־ ארבעט פון 12 ביז 14 שעה אן יעדער באלוינונג. די רייכע האבן זיך באפרייט פון דער ארבעט דורך באצאלן א געוויסע געלט־סומע פארן יודנראט. די ארעמע האבן געמוזט גיין צו דער ארבעט; שפעטע ר האט מען זיך געבעט ן מ׳זאל נעמען צו דער ארבעט, כדי נישט צו שטארבן פון הונגער, ווייל אזוי האבן זיי באקומען יעדן טאג א ווארעמע זופ און א שטיקל ברויט פון דער קיך ביים יודנראט. כדי אויספירן די אלע געסטאפא־גזירות, האט דער יודנראט גע־ גרינדעט א אייגענע יידישע פאליציי, וועלכע איז שפעטע ר געווארן דער הערשער אויף דער יידישער גאס און אנגעווארפן א פחד אויף דער גאנצער באפעלקערונג.
סוכות 1940 האבן די דייטשן געפאדערט א געוויסע צאל ארבייטער פאר די דייטשע ארבעטס־לאגערן. אויפ׳ן פארלאנג פון יודנראט — וועלכער האט צוגעזאגט גוטע ארבעטס־באדינגונגען, — האבן זיך אין הושענא־רבה געמאלדן פרייוויליק 250 יונגע בחורים וועלכע זענען געשיקט געווארן אין די ארבעטס־לאגערן. די יידישע באפעלקערונג האט נאך נישט געוווס ט וואס עס הייסט א ארבעטם־לאגער. אין קורצן קומען אן די ערשטע גרוסן פון דעם ארבעטם־לאגער, אין וועלכע עס ווערט באשריבן ווי־אזוי די ארבעטער ארבעטן פון זון־אויפגאנג ביזן זון־אונטערגאנג, אן געהעריקע באשפייזונג, אן מעדיצינישע הילף, און ווער ס׳פאלט פון די כוחות איז שוין א פארמשפטער צום טויט. און ווען די דייטשן פאדערן נאך טראנספארטן פון ארבעטער — שטעלט זיך שוין קיינער נישט פריוויליק. דער יודנראט מוז אנווענדן שטרענגע מיטלען כדי צו דערגענצן די דייטשע ארבעטס־קוואטע; אין דער צייט אנשטייען אין בענדין די ערשטע צוויי "שאפף / דער סטאלער־שאפ, ווו דער דייטשער אינזשינער קילאף איז געווען קאמיסאר, און דער שניידער־שאפ פון ראסנערן.
אין סטאלער־שאף האבן געארבעט 200 סטאלערס, אלע קוואליפיצירטע פאכמענער, ביי וועמען די דייטשן האבן צוגענומען די מאשינען און אריבערגעפירט אין דער געביידע פון דער שפירט־ גיסעריי פון די ברידער פעדער אויף דער מאנדזשעווער גאס. אין ראם־ נערם שאס איז די צאל יידישע ארבעטער דערגאנגען ביז עטליכע טויזנט. נישט קוקנדיק דערויף וואס די שאפן האבן געצאלט א הונגער-לוץ, זענען דאך יידן געגאנגען נער ארבעטן אץ די שאפו, ווייל אזוי ארום זענען זיי באפרייט געווארן פון ארבעטס־איינזאץ אין די ארבעטס־לאגערן. שפעטע ר האבן יידן נאד צוגעצאלט טויזנטער מארקן, כדי צו קענען זיך אריינבאקומען אין ראסנערס שניידער־שאף; און אזוי ווי די אויפנאמס־מעגלעכקייט פון ראסנעם שאף איז גע־ ווארן וואס א מאל קלענער צוליב דער גרויסער צאל קאנדידאטן, איז שפעטע ר אנטשטאנען א גאנצע רייע פון שאפן, ווי ראסנערס שוסטער־שאפ, כיכאטש׳ם שניידער־שאפ, גזשיבאווסקי׳ס שוסטער־ שאם, וו ו טויזנטער יידן האבן אוועקגעגעבן זייערע כוחות אן א געהעריקער באלוינונג, בלויז מיט דער האפנונג צו געפינען צייט* ווייליקע מנוחה, ביז דער* שטורעם וועט אריבער. בעת אלע דייטשע אנפאלן אויף יידישע יוגנטלעכע וועלכע מ׳האט מיט געוואלד גע־ שלעפט אין די ארבעטס־לאגערן, — זענען ראסנערס ארבעטער מיט די בלויע קארטע געווארן באפרייט.
אין מאי 1940 האט ראסנער געעפנט דעם שאפ מיט עטליכע מאשינען, אנהויב 1941 האט דער שאפ שוין ארויסגעגעבן יעדן מא־ נאט טויזנטער מיליטערישע מונדירן. פון צייט צו צייט פלעגן קומען דייטשע קאפיסיע ס וועלכע האב! בודק געווען די ארבעט פון ראם- נערם שאפ, און אלעמאל זענען זיי געווען פול מיט התפעלות פון דער גוטער קוואליטעט פון דער שניידער ארבעט, און פון דער בי- ליקייט, וואס קיץ שום דייטשע פאבריק מיט די מאדערנסטע מאשי- נען האט נישט געקענט נאכקומען. און נישט קיין וואונדער ן ווייל יידן האבן געארבעט כמעט בחינם, 15 מארק פאר 14 ארבעטס־טעג. פון דעם איז איין דריטל אראפגענומען געוואר ן פארן דייטשן אמט — ״זאנדערבעאויפטראגטך. אין דער צייט האט א ברויט געקאסט 25 מארק, א קילא פלייש 70 מארק, א קילא טיי 1200 מארק < יידן האבן געלעבט פון דעם וואס מ׳האט אויספארקויפט פון שטוב אלץ וואס ט׳איז געבליבן נאך פון די גוטע יארן, אדער פון אומלעגאלן האנדל, און נישט קוקענדיק וואס פאר כאפן א ייד מיט מסחר האט געדראט טויט־שטראף. יידן האבן נישט געהאט קיין ברירה, און געהאנדלט מיט אלץ און מיט אלעמען, אפילו מיט דייטשן. כדי אפצושרעקן די באפעלקערונג האבן טאקע די דייטשן ארויסגענומען די צוויי יידן: מ׳פירט יידן צו צוואנגס ארבעט. יהודים מובלים לעבודת כפייה.
הרשל שטערן און מרדכי שיינערמאן, וועלכע זענען געזעסן אין בענדינער תפיסה פאר אומלעגאלן האנדל, און זיי עפנטלעך אויפגעהאנגען אויפן אלטן ביודעולם, אויפֿן זאוואלא־גאס. אץ געפאדערט אז די יידישע באפעלקערונג זאל זיין ביי דער עקזעקוציע . אין 1942 האבן אין ראסנערס שאפשוץ געארבעט איבער 12 טויזנט יידן. קינדער פון 12 יאר ביז זקנים פון 70 יאר האבן דארט געארבעט; זעענדיק ווי ראסנער ווערט רייך פון יידישער ארבעט, האבן זיך אנדערע דייטשן מתקנא געווען אין אים, און אזוי איז אנט־ שטאנען, ווי געזאגט, א גאנצע ריי שאפן פון שוסטער און שניידער וועלכע האבן געהערט צו די דייטשן בדאון, מיכאטש, לאדז, הודל, גראבאווסקי — זיי האבן זיך באנוגנט מיט צונעמען די גרויסע רווחים אין די אייגענע קעשענעם, איבערלאזנדיק די גאנצע אדמיניסטראציע ביי די יידן .
אבער פון די אלע דייטשן וועלכע האבן אויסגעניצט יידישן כח און שווייס, כדי רייך צו ווערן, איז געווען נאר איין ראסנער וועל־ כער האט געזארגט פאר זיינע יידישע ארבעטער, זיי נישט געלאזט אויף הפקר, און זיי נישט געלאזט פארשלעפן אין די ארבעטס־לא־ גערן, געווען א זעלטענער טיפ און א אויסנאם פון אלע אנדערע דייטשן ביי אונז אין שטאט; זיד באצויגן מיט רעספעקט אץ כבוד און אפגעשאצט די יידישע ארבעטער, און פאר יעדן גירוש האט דער דייטש ראסנער געווארנט "זיינע" יידן וואסעם שטייט פאר, אץ אסך יידן האבוזיד א דאנק דעם געראטעוועט 5 די אנדערע דייטשן - 187 -