Original scan
Original memorial-book scan 190
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1315

מכות רצח און שפעט ער אריינגעווארפן מרדכי צוקערמאן אין וואסער. און ווען עם געליגגט אים אריבערשווימען אויפן צווייטן זייט פונם טייך, שיסן אים די דייטשן. א טאג שפעטע ר דעם 9־טן פארנאכט האבן די דייטשן אונטער־ געצונדן די גרויסע בענדינער שול מיטן אלטן גרויסן בית־המדרש, די שול גאם און אלע געסלעך ביזן שלאס־בארג. מיט דער "ארבעט" פת אונטערצינדן די שול האבן אנגעפירט די צוויי דייטשע פאר־ ברעכער אימהאף א ת פיאנטעק. עם האבן זיי צוגעהאלפן עטליכע ארטיקע פאליאקן. עם האבן זיך עטליכע יידן, צווישן זיי ר׳ יחיאל שלעזיגגער און זיין איידעם ר׳ יחזקאל קא ן געווארפן מיט מסירות נפש אין דער ברענעדיקער שול, כדי מציל צו זיין די ספרי תורות, אבער ד״ אונטערצינדער האבן אלע אויסגעשאסן און זיי אריינגעווארפן אין דער ברענעדיקער שול. אלע יידן וואס זענען געלאפן פון די ברע־ נעדיקע הייזער, און אריינגעפאלן אין די מערדערישע הענט זענען לעבעדיקערהייט געווארפן געווארן אין פייער. די גאנצע געגנט איז געווארן ארומגענומען מיט א געדיכטן קארדאן דייטש מיליטער און קיינעם נישט ארויסגעלאזט, נאר א קליינע צאל יידן איז געלונ־ גען זין * צו ראטעווען. 6 יידן זענען אדיין אין נאענט קלויסטער, ווו דער גלח זאוואדזקי האט זיי אויסבאהאלטן. 50 יידישע הייזער זענען אוועק מיטן פייער, און עטליכע ד,ונ־

passage_7e041d1fa8278101f3602fa9
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1317-2363

דער טיידן זענען דאן אומגעקומען אין דער שרפה. פון זיי האט מען דערקענט בלויז 60 וועלכע זענען געבראכט געווארן צו קבורה אין דעם גרויסן ברידער־קבר אויפן טשעלאדזער בית־עלמין. עס איז א דורכ א קורצע צייט און דער דייטשער טעראר אין שטאט האט נישט אויפגעהערט! האט באפאלן די דייטשן מאלאכם הויז אויפ פילסודסקי גאם, און אלע מענער — 17 אין צאל — זענען ארויסגענומען און דערשאסן, און שפעטער אין דער פינצטערער נאכט באגראבן אויפן פוילישן בית הקברות. אזוי האבן די דייטשן אג־ געווארפן א פחד מיט זייער אומאויפהערלעכן טעראר און מארד־ אקציעס. אידן האבן מורא געהאט זיך צו באוועגן אין גאס. אין אקטאבער 1939 האבן די דייטשן אונטער טויט־דראאונגען אוועק־ גערויבט ביי דער יידישער באפעלקערונג אלע ראדיא־אפאראטן. דאן איז ארויס די גזירה, אז אלע יידן מוזן אנטון אויפן לינקען האנט א ווייסן בענד מיט א בלויען מגן־דוד, — שפעטער האבן די דייטשן עם געענדערט אויפן געלען מגן־דוד, מיט דער אויפשריפט "יודע" וואס מ׳האט געמוזט טראגן אויפ דער ברוסט.

passage_0791b0032291e817c751d60d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2365-3117

די דייטשע אונטערדיקונגס־מאשין האט געארבעט מיט א גענויער סינקטלעכהייט, לויט פארויס אויסגעארבעטע פלענער. נאבדעם ווי די דייטשן האבן געזען, אז די באפעלקערונג איז צוזאמענגעבראכן פון די טעראר און מארד־אקטן — האבן זיי פארלאנגט אז עם זאל געגרינדעט ווערן דער יודנראט. זיי האבן פארשטאנען, אז אן דער מיטהילף פון יידן וועלן זיי נישט ארויסבאקומען די יידישע פארמעגנס. און דער יודנראט האט געמוזט צושטעלן די דייטשן אלץ וואס זיי האבן פארלאנגט, — און פארלאנגט האבן זיי אלץ — גאלד, זילבער, פעלצן א. ז. וו. און ווען דאם איז נישט גלייך צוגעשטעלט געווארן, האבן זיי אנגעווענדעט בלוטיקע טעראר־מיטלען. דאן קומט דער יודנראט אונטערהאנדלן — און די דייטשן באקומען וואס זיי ווילן.

passage_e621199554da40d781858475
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3119-4443

סוף 1939 האב ן די דייטשן ארויפגעלייגט אויף דער קהל א קאנטראיבוציע פון 5 קילא גאלד און 20 קילא זילבער; און ווען די קאנטראיבוציע ווערט נישט באלד צוגעשטעלט — ארעסטירט די געסטאפא 120 יידן, און זיי ווערן אזוי לאנג געשלאגן און געפייניקט, ביז דער יודנראט שטעלט צו די געפאדערטע קאנטראיבוציע. עם האט געדויערט א געוויסע צייט ביז דער יודנראט האט זיך סטאביליזירט, נישט יעדער האט געוואלט און געקענט מיטארבעטן מיט די דייטשן. אין אנהויב טוישן זיך טאקע די יודנראט־מיטגלידער, ביז עם געלינגט מאניעק מערינען, דעם פרעזע פון דער צענטראלע פון אלע ית־נ־ראטן אין זאגלעמביע, צו נאמינירן דעם; ה׳ חיים מאלטשאצקי (אליין נישט געווען קיין בענדינער) אלם פרעזעס פון בענדינער יודנראט, וואס האט פולשטענדיק מיטגעארבעט מיט די דייטשן. אזוי האט זיך אנגעהויבן די סיטעמאטישע עקאנאמישע, א ת פיזישע פארניכטונג פון דעם יידישן בענדין. אנגעהויבן האט עם זיך מיטן צונעמען אנהויב 1940 אלע יידישע געשעפטן און אונטערנעמונגען. ס׳ווער ן אין זיי אריינגעזעצט ״טרויהענדער״ — קאמיסארן, וועלפע פארוואלטן מיט די יידישע געשעפטן. אלע הייזער ווערן צוגענומען ביי די יידן, און דאם דירה־געלד ווערט אריינגעטראגן אויף די שפער־קאנטעם. דאן האבן די דייטשן פארלאנגט, אז דער יודנראט זאל יע טא ג צושטעלן א גע - 1§18י88 8181

passage_c321ed6e5c5ec2b9a9d0f42c
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4445-4676

די גרויסע שול ברענט גית הכנסת הגדול עולה באש €1881% יי ! * *!■1111■■ ! 8%ןןן!;:ן ן 118 18118 €€׳€*:,׳8:, - :־ 8 י ' 83881 ■ ןמי§י! ■ ווויי!! י— ■■■■■ 138*!§€ ₪0₪₪₪₪₪₪₪₪1 €#888111811111 1! ■ ז י■■! 81!*

passage_7d7f7c3abfafcb3c10469f65