Original scan
Original memorial-book scan 193
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1203

זיו געווענדעט די געסטאפו מיט דער פאדערונג. איך זאל זי ארויסגעבן 10 טויזנט אידן צום גירוש. זעלבסטפארשטענדלעך, האב איך נישט באלד מסכים געווען און זיך באמיט זי איבערצוצייגן, אז די אידן זענען א נוצלעכער עלעמענט, וואס ברענגט גרויס נוצן דער דייטשער ווירטשאפט. די געסטאפו האט דאן מסכים געווען אויף 5 טויזנט. לויט די שמועסן מיט זי בין איך זיכער, אז זי וועלן מסכים זיין אויף ווייניקער. איצט שטעל איך אייך די פראגע: צי זאל איך אויף מיר נעמען אויסצופירן דעם פארלאנג פון געסטאפו? און ווען יא, איז דא א האפנונג, אז א סך יידן וועלן זי ראטעווען! פון גירוש, ווייל מיר וועלן דאן קענען אויסקלויבן די קאנדידאטן צום גירוש וואס מיר וועלן האלטן פאר נויטיק. צ. ב.: מוסרים, גנבים, די וואס פיר זיך נישט ווי געהעריק מאראליש, דאן משוגעים, קראנקע, און דעפעקטיווע קינדער, מענטשן וואס ברענגען קיינעם קיין נוצן. ווען נישט — וועט די געסטאפו באפאלן די שטאט און פארשלעפן וועמען און וויפל אידן זי וועלן האלטן פאר נויטיק, און עס קען געשען, דא אזוי ווי אין סאסנאוויץ, אז די נכבדי העיר וועלן זיין דווקא די ערשטע קרבנות; מיין מיינונג — אז מיר זאלן זייער פארשלאג אננעמען.

passage_e95d48f532460a58333e3540
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1205-2392

הרב מענדל לעווין ז״ל, וועלכער איז געווען באקאן ט אלם א מזג־טוב און ליב געהאט יידן, האט געזאגט: ישראל אף על פי שחטא ישראל הוא. יידן קראנקע און אומגליקלעכע האבן אויך דאם רעכט צום לעבן. קיינער קען נישט צונעמען זייער רעכט אויף לעבן. און הרב גרויסמאן האט געזאגט, אז מערינס פארשלאג איז קעגן יידישן דת, און די פראמען פאדערט א גענויע באהאנדלונג. מערין האט דאן ערקלערט, אז ער ווארפט זיך אונטער פון פארוים דעם פסק־דין פון די רבנים, און ער וועט צוווארט ן אין צווייטן צי־ מער אויף דעם ענטפער. נאך א לענגערער באראטונג זענען די רבנים ארויס צו מערינען, און הרב גרויסמאן האט דערקלערט: "לעולם שטייט מערינס פאדערונג קעגן דער גאנצער יידי־ שער וועלט־אנשויונג און קעגן יידישן דת < אבער אזוי ווי מערין האט פאר אונז געשטעלט די פראגע, זעט זיך אויס, אז יעדעס יידישע הויז אין שטאט שטייט פאר א גרויס אומגליק, דעריבער דארף מען און מ׳מוז אויסקלויבן פון צוויי שלעכטם דעם קלע־ נערע. מיר האפן, אז מערין וועט ׳טון אזוי ווי זיין יידיש הארץ וועט אים דיקטירן, און מיר ווינטשן אים ער זאל זוכה זיין, צו זיין דער רעטע ר און אויסלייזער פון דעם זאגלעמביער יידנטום".

passage_fffadf1fd11aa73f3f5fd21f
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2394-3529

אין איין פרימארגן פון חודש מאי האבן די דייטשן געמאכט א איבערפאל אויף צוויי הייזער אין דער מאנדזשעווער גאס, אין א הויז אויף טשעלאדזשער און אין דער שול גאס, און ארויסגענומען אלע יידן און פארשלעפט זיי אין בית־יתומים — צום גירוש. זעט זיך אויס, אז די אקציע איז געמאכט געווארן מיטן וויס׳ן פונ׳ם יודנראט. ווייל וועמען די יודנראט־לייט האבן געוואלט ראטעווען, האבן זיי א טאג פאר דער אקציע צווויסן געגעבן, אז זיי זאלן נישט שלאפן אין דער היים. צומארגנס האבן די דייטשן ווידער געמאכט אן אנפאל אויף דער פאדזאמטשע גאס, דעם אזוי גערופענעם "אונטערן בערג", דארט ווו ס׳האבן געוווינט די ארעמסטע פון דער יידישע באפעלקערונג און דער גרעסטער טייל פון זיי האט באקומען אונטערשטיצונג פון דער סאציאלע אפטיילוגג. זעקס הונדערט יידן זענען ארויסגע־ שלעפט געווארן פון זייערע הייזער. אין דעם זעלבן טאג זענען אלע יידן פון גרויצע, א קליין שטעטעלע נאענט פון בענדין, פארטריבן געווארן פון זייערע היימען און געבראכט געווארן אין ״טרערן אינזל״ פון בית־יתומים — צום גירוש. עטליכע טעג זענען די אלע יידן דארט געהאלטן געווארן,

passage_5a03961c37bf2bc97c5fbd32
Passage 4normalized OCR · source chars 3531-4350

א טייל פון זיי איז דורבן יודנראט געווארן באפרייט. און היות ווי דער קאנטיגענט לויט די פאדערונגען פון געסטאפא איז נישט געווען פול, האט דער יודנראט ארויסגענומען אלע אלטע פון זקנים־ הויז, ווי אויד אלע משוגעים און דעפעקטיווע מענטשן. טויזנט צוויי הונדערט יידן זענען דאן פארשיקט געווארן קיין אושוויץ. עם זענען נאכנישט פארטריקנט געווארן די לעצטע טרערן פון די פארשיקטע, און ווידער קומט דער יודנראט מיט נייע פאדערונגען— נייע קרבנות— און ער בארוהיקט גלייכצייטיק: יעצט וועט שוין זיין שטיל, עס וועט די בענדינער יידן גארנישט געשען. אלע ארבעטן דאך, און די דייטשן האבן אנערקענט די וויכטיקייט פץ די שאפן און פון דער פראדוקציע וואם זיי געבן ארוים. נאר איין קלייניקייט— זיי פארלאנגען, אז די יוגנט זאל גיין אין די ארבעטם־לאגערן.

passage_ab915fd203cd16b632997be7
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4352-6147

סוף יוגי 1942 רופ ט מערין א פארזאמלונג פון דער יוגנט, אויף וועלכער ער פאדערט זיך מעלדן פרייוויליק צום "ארבעטס־ איינזאץ" אין די דייטשע לאגערן. און ווען די יוגנט וועט ברענגען דעם קרבן, וועלן די עלטערע אידן קענען בלייבן אין שטאט. מערין נעמט צו הילף דעם הרב גרויסמאן, וועלכער האט געזאלט ווירקן אויף דער יוגנט צו הארכן און גלויבן אין מערינס צוזאגן. און ווען דער רב דריקט זיך אויס, ״אז ממש הועד משה לא קם כמשה״ — הויבט זיך אויף א שטורם, די יוגנט פראטעסטירט. "ס׳איז א חרפה און בושה אז א רב זאל אזוי רעדן, אין דער צייט ווען הונדערטער יידן ווערן פארפייניקט דורך הונגער און פאלן פון דער שווערער ארבעט אין די לאגערן. ווי קען מען גלויבן מערינס הבטחות, וועלכע ער האט קיינמאל נישט מקיים געווען?" די פארזאמלונג האט נישט געבראכט פאר מערינען די געהאפטע רעזולטאטן. די יוגנט בא־ שליסט נישט צו גיין אין די ארבעטס־לאגערן. יעדער איינער זוכט פארשידענע וועגן ווי זיך צו באפרייען פון דער געפאר. אבער מעריו לאזט נישט אפ. ער ווענדעט זיך צו די דייטשע אנפירער פון די שאפן, אז זיי זאלן באפרייען א טייל פון די יידישע ארבעטער כדי זיי צו שיקן אין די ארבעטס־לאגערן. און א פאראדאקס — דווקא די דייטשן האבן דערקלערט, אז זיי קענען נישט באפרייען קיין אר־ בעטער, להיפך, עס פעלט זיי נאך ארבעטס־הענט. דאן מ׳ישט זיך אריין דער "זאנדערבעאויפטראגטער", וועלכער איז געווען דער פאקטישער בעל־הבית איבער אלע קאמיסארן אין די שאפן און פא־ דערט זיי אויף, אז זיי זאלן זיך שטעלן מיט זייערע ארבעטער אויף א קאנטראל. און עס האט נישט געהאלפן < אין דער בעשטימטער צייט שטעלן זיך די יידישע ארבעטער אויף דער קאנטראל, אין דער סוף איז, אז ווידער ווערן 500 יידישע יוגנטלעכע פארשלעפט אין די דייטשע ארבעטס־לאגערן.

passage_4b17748b0326e3ed3ec7a277
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 6149-6991

דער צווייטער גירוש דעם 8־טן אוגוסט 1942 האט דער פארזיצער פון דעם יודנ־ ראט ה׳ מאלטשאדזקי גערופן די נכבדי העיר מיט די רבנים לעווין און גרויסמאן אויף א פארזאמלונג, אויף וועלכער ער האט געהאלטן א. פייערדיקע רעדע וועגן ראטעווען די בענדינער יידן. צווישן אןי דערן האט ער געמאלדן, אז אזוי ווי די געסטאפא האט־באפוילן מאכן א ציילונג פון דער באפעלקערונג, דעריבער בעט ער די פאר־ זאמעלטע אז זיי זאלן העלפן פירן א אגיטאציע, אז ז* לידישע באפעלקערונג זאל זיך צושטעלן, און קיינער זאל אין דעם טאג פון דער ציילונג נישט בלייבן אין שטוב׳ נאר זיך געפינען אויף די אנגעצייכנטע פונקטן. דעם 10־טן מאי רופט מאלטשאדזקי א פאר־ זאמלונג פון אלע אנגעשטעלטע, בעאמטע פון דער קהלה, און ער פא־ דערט זיי זיך שטעלן מיט זייערע פאמיליעס אויף די אנגעצייכנטע - 189

passage_180f7970da001d35ca0e4563