Original scan
Original memorial-book scan 194
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-719

פונקטן. ער פארזיכערט, אז קיינער פון די בעאמטע וועט נישט גע&ען קיין שלעכטם, אזוי ווי ביז היינט וועט דער יודנראט וויס ן אויך אין דעם מאמענט צו באשיצן זיינע בעאמטע. אין ווער ס׳וועט זיך נאך געפינען פינף א זייגער אין דער פרי אין דער היים, — וועט אנטזאגט ווערן פון דער ארבעט. דעם 11*טן אויגוסט לאזט דער יודנראט ארויס אן אויפרוף צו דער באפעלקערונג מיט ה׳ מאלטשאדסקי׳ם אונטערשריפט: "יידן טוט אייך אן די יום־טוב׳דיקע קליידער און גייט מיט פרייד אויף די אנגעצייכנטע פארזאמלונגס־פלעצער, זאל קיינער נישט בלייבן אין דער היים. ווער ס׳וועט נישט זיין ביי דער ציילונג, וועט שפעטער זיו נישט טארן געפינען אין זאגלעמביער קרייז". דאם איז בקיצור.

passage_c2b1c0850e80746ada339b20
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 721-2270

דעם 12־טן אוגוסט 1942, פינף אזייגער אין דער פרי, האבן אלע בענ־ דינער יידן פארלאזט זייערע וווינונגען, קינדער און אלטע, מענער און פרויען, אפילו קראנקע און קינדער אין די וויגעלעך. אלע האבן זיך געלאפן צו די צוויי "זאמלפונקטן" פון "הכה" און "סאנאציע"׳. 30 טויזנט יידן האבן פארלאזט זייערע הייזער מיטן גלויבן אין צוזאג פון יודנראט, אז עס וועט חלילה קיינעם גארנישט געשען. ביים איינגאנג צו די פארזאמלונגס־פונקטן האט יעדער באקומען א לויף־ נומער, און ביי טישלעך זענען געזעסן באאמטע פון יודנראט, וועלכע האבן פארצייכנט די נעמען פון אלע אנוועזענדע. א זייגער 9 פרי האט זיך די ציילונג פארענדיקט. עס איז פעסטגעשטעלט געווארן, אז 90% פון דער באפעלקערונג האט זיך צוגעשטעלט. א זייגער 10 קומען אן די ערשטע ידיעות. דער גאנצער ספארט־פלאץ איז ארומ־ גענומען געווארן מיט א קייט פון פאליציי און ס. ס. מענער בא־ וואפנט מיט מאשין־געווער. הייגעם איז נישט דערלויבט צו פאר־ לאזן דעם "זאמלפונקט", אפילו נישט די הויכע באאמטע פון יודנ־ ראט• א שעה נאך א שעה פארגייט, און אלע ווארטן מיט א שטייג־ גענדיקן פחד אויף דעם קומענדיקן. ערשט א זייגער 2 נאסמיטאג זענען געקומען די צוויי פארשטייער פון "זאנדער בעאויפטראגטן" קוטשינסקי און שמעלט, און צוגעטרעטן צו דער "אקציע". יעדער איינער האט זיך געמוזט שטעלן פאר זיי מיט דער משפחה, מיט דער ארבעט־קארטע אין דער האנט. די באפעלקערונג ווערט דאן דורך זיי איינגעטיילט אין דריי קאטעגאריעס: א) יונגע ארבעטס־פעאיקע, ב) משפחות מיט צוויי קינדער, ג) עלטערע נישט ארבעטם־פעאיקע

passage_9a0eb5c9d9182d251020664a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2272-3326

און משפחות בייטא סר קינדער. ערשט 9 אוונט *זיז געקומען די י געסטאפא און באפרייט די ערשטע קאטעגאריע, די רעשט זענען געבליבן א גאנצע נאכט אונטערן רעגן אויפן פרייען פעלד, געהיטן דורך דער דייטשער פאליציי און מיליטער. צומארגנס דעם 13־טן, האט די געסטאפא באפרייט נאך א טייל, אזוי אז א זייגער 12 נאכמיטג איז געווארן באוווסט, אז 110 טויזנס יידן זענען געבליבן אויפן פלאץ צום גירוש. און אזוי ווי דאס איז געווען פרייטיק, און אוועקשיקן האט מען זיי געזאלט ערשט צו־ מארגנם שבת, זענען די פערמשפטע צום גירוש איינגעטיילט גע־ ווארן אין דריי גרויסע לאקאלן: אין יתומים־הויז, אין לאקאל פון דער "אגודה" און אין הויז פון יודנראט. די יוגנט באשליסט דאן אויסצוניצן די צייט, דורך פארשידענע מיטלן צו באפרייען די ארעסטירטע. עס ווערן געמאכט אונטערגראבונגען אונטער די היי־ זער, מען האקט מויערן דורך די דעכער, און אויך דאס אלטע שוחד מיטל ווערט אנגעווענדעט — מען טרינקט אן די דייטשע שומרים. אזוי ארום איז געלונגען צו באפרייען א העלפט פון דער גרופע.

passage_f1b67e73d4c5a4f850e575fc
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3328-4567

שבת נאכמיטאג איז די רעשט פינף טויזנט אידן פארשלעפט געווארן אין צוג קיין אוישוויץ. מיט דער גרופע איז אויך געווען דער רבי שפירא (דער בריקעווער). די האנט ציטערט — און דאם הארץ קלאפט פון אויפרעגונג — ווען כ׳דערמאן מיד די גרופע קינדערלעך וועלכע זענען די לעצטע, געפירט געווארן צום שחיטה. געבליבן א צאל קינדער אין עלטער פון א חודש ביז א יאר, וועמענם עלטערן זענען געגאנגען אין צוג. האבן זיי די קינדער איבערגעלאזט אויף הפקר, געמיינט אפשר אזויארום צו ראטעווען זיי פון אומקום. זענען דאן געקומען די צוויי געסטאפא נבלים, • פייקערט און פרייטאג האבן זיי געהייסן, גענומען זעקל און אריע־געווארפן די קינדער אין זיי — און אזוי זיי געשיקט אין די וואגאנען קיין אוישוויץ. און ווידער איז געוואָרן שטיל אין שטאט. דאם לעבן שטראמט ווייטער, אייגענטלעך איז קיינמאל נישט געווען אזוי שטיל. צווישן איין גירוש און דעם צווייטן געפינען די דייטשן מיטלען ווי צו פארפינצטערן דאם לעבן דורך פארשידענע נגישות. אט למשל, די אזוי גערופענע קליינע אויסזידלונגען. יעדן מיטוואך פלעגט אפגיין דאס ״קעטשעל״ מיט אידן נאך אוישוויץ. און אזוי 10 חדשים אן הפסקה מ׳פירט קראנקע אויף וועגעלעך צום אויסזידלונג. חולים מובלים לגירוש.

passage_aa5cdb93531ca43bdff4ed91