Original scan
Original memorial-book scan 195
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1345

מאט דער מולד פארלאנגט א קרבן: 5 אדער 20 יידן, נישט וויכטיק, א טראנספארט האט מיטוואך געמוזט אפגיין. און א פארשטייער פון יודנראט פלעגט אונטערשרייבן דעם פראטאקאל, אז דאם זענען קרימענעלע פארברעכער. צווישן די דאזיקע "קרימענעלע פארברע־ כער" איז אין איינעם א מיטוואך געווען אויך דער מישקאווער רב. דער יודנראט האט אלץ ווייטער פארזיכערט, אז אונזער לאגע איז וואט אמאל בעסער, א סימן — די דייטשן האבן פארגרעסערט די פארציע לעבענסמיטל־צוטיילונג פאר דער יידישער באפעלקע־ דונג. דערווייל פארלאנגט טאקע דער יודנראט ווידער, אז די יוגנט זאל זיך מעלדן צום "ארבעטם־איינזאץ", אין די ארבעטם־לאגערן. די יוגנט באהאלט זיך אויס. עם העלפט נישט דאס ארעסטירן די. עלטערן, צונעמען די שפייזקארטן א. ז. וו. ווערט׳קען נאר — באהאלט זיך אויס. ווייל די ארבעטם־לאגערן זענען א זיכערער טויט. און דא פארלאנגען די דייטשן וואט אמאל מער ארבעטם־קרבנות. אין אקטאבער 1942 פאדערט דער יודנראט אויף, אז אלע מענער פון 15 יאר און פרויען פון 14 יאר, מוזן זיך שטעלן צום ארבעטס־דינסט. די דייטשן באפאלן די נאמען און מיט דער הילף פון די יידישע; ארדנער, ווערן די קינדער געשלעפט אין "דולאג" ווו עם קימען דייטשע פאבריקאנטן און קויפן די "סחורה", וואט ווערט שפעטע ר אפטראנטפארטירט אין די וועבערייען פון גונטעבריק—גרינבערג און אנדערע ערטער.

passage_2f3e9ea9cef5766c7de09fc5
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1347-2335

איו געט א אין יאנואר 1943 האבן די דייטשן באפוילן, אז די יידישע באפעלקערונג זאל ארויס פון שטאט און זיך אריבערטראָגן אין געטא. צו דעם האבן די דייטשן באשטימט די פארשטאט קאמיאנקא, וועלכע איז אלעמאל געווען באוווינט דורך דעם ארעמסטן טייל פון דער פוילישער באפעלקערונג, וווּ עס האבן געוווינט די ציגיינער, די אונטערוועלט א. אז. וו. חוץ די עטליכע ארבעטער־בלאקן, האבן זיך דארט געפונען בלויז קליינע אלטע הייזקעס, וועלכע האבן געקענט ארייננעמען נאר א פערטל חלק פון דער פארבליבענער יידישער באפעלקערונג. שפעטער האבן די דייטשן צוגעטיילט צום געטא אויך די "קליינע שראדולא" וועלכע איז געווען א ריי פויערישע געגנס. און דאס האט טאקע אביסל געהאלפן צו לינדערן די וווינונגס־נויט. מ׳האט דאן געוווינט אין שטארקער ענגשאפט, צו צוויי משפחות אין איין שטוב, צו 10 און מער מענטשן אין איין חדר. געווען פאלן וווּ מ׳האט זיך געטיילט מיט די געלעגערם: א טייל פלעגט שלאפן ביי טאג, א טייל ביי נאכט.

passage_25f43aac271c496dd7eab83f
Passage 3normalized OCR · source chars 2337-2833

פיר חדשים האט געדויערט דאס איבערגיין אין געטא. םון? אפריל האט שוין קיין ייד נישט געוווינט אויסערן געטא. שנעל האט דער טייל שטאט ווו ס׳האט זיך געפונען דער געטא באקומען אן אנדערן אויסזען. יידן האבן געמאכט וועגן און טראטוארן, וועלבע זענען בי! דאן נישט געווען דארט בנמצא, מ׳האט איבערגעבויט הייזער, צוגעבויט נייע פליגלען צו די אלטע. די געטא האט געארבעט איןא טעמפא, אזוי ווי מ׳וואלט געגרייט זיד באזעצן דא אויף אייביק... דער דריטער גירוש

passage_0d8fe4fdbf5ac0e5189e5c65
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 2835-4004

אין מאי 1943 ווערט די ייִדישע באפעלקערונג אויפגעפאדערט דורך יודנראט אפצוגעבן דעם גאלד און זילבער. דער יודנראט פירט די אקציע, און מערין גיט אויף אן עפנטלעכער זיצונג פון דער צענטראלע א ביישפיל, און גיט אוועק זיין גאלדענעם ציגארען־ טאש, זייגער און רינגעל; און ייִדן האבן נישט קיין ברירה. אפשר וועט עס טאקע העלפן, אזוי ווי דער יודנראט מיינט. צענדליקער קאסטנס מיט זילבערנע לייכטער, קאנדילאברעם, בשמים־ביקסלעך, חנוכה־לייכטער, א. ז. וו. האט דער יודנראט אפגעליפערט דער געם' טאפא. אין א קורצער צייט נאד דער אקציע, איז מערין געפאן בא' גלייטן א גרופע ייִדן, וועלכע די דייטשן האבן מכלומרשט געזאלט איבערפירן אין "אולאג" פאר אויסלענדע; און ווען ער איז באלד נישט צוריקגעקומען, האט די פרוי פאני טשארנא, — זיין טעק־ רעטארין, טעלעפאנירט אין קאטאוויץ, אין געטטאפא, האט מען אויך זי און דעם סעקרעטאר ד״ר לעווענשטיין געהייטן קומען גלייך קיין קאטאוויץ אויף א באראטונג. עס האט קיינעם נישט געקעגט איינפאלן. אז דווקא די וואס האבן אזוי געטריי געדינט דער געטטא־ בענדינער ייִדן מארשירן צו צווינגס ארבעט. יהודי בנדין בדרך לעבודת הכפייה. - 191

passage_6da907515b11f5119ef5f72f