Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 19
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1307

פאר אומרוען און א זעלבסט־געריבט, האט זיך אין דעם ענין ארייג* געמישט דער בורמיסטש׳ וועלכער האט גערופן צו הילף דעם שלאס־ גארניזאן אונטערצודריקן די "רעוואלוציע". דער עפילאג פון דעם געשעעניש איז געווען פאלגנדיקער: דער דעפוטאט ישראל סאלא־ מאנאוויטש איז אראפגעווארפן געוואָרן פון זיין אמט און איז צוזאמען מיט זיין פאמיליע פארטריבן געוואָרן פון דער שטאט. אן ענלעכע "רעוואלוציע" האבן די בענדינער יידן געמאכט א ביסל פריער, נאך אין יאר 1539 צוליב רעליגיעזע ספרים. דער קעניג זיגמונט 1 האט ארויסגעגעבן די מיטגלידער פון א געוויסער פוילישער משפחה א פריווילעגיע, וועלפע האט זיי געגעבן דאס אויס־ שליסלעכע רעכט צו פארקויפן די יידן אין דער קראקעווער וואיע־ וואדשאפט אלערליי ספרים ווי: סידורים, מחזורים׳ סליחות, הגדו ת אאז״וו. ס׳ווייזט אבער אויס, אז די יידן האבן די דאזיקע טא ט באטראכט אלס א פראפאנאציע פון זייער דת׳ און ווען די הענדלער זענען געקומען קיין בענדין פארקויפן די ספרים זענען זיי באפאלן געוואח דורך די ארטיקע יידן, וועלכע האבן ביי זיי צוגענומען די ספרים און עפנטלעך פארברענט. ס׳איז צוליב דעם אנטשטאנען א גרויסער טומל און ס׳איז ווידער געקומען צו אן אינטערווענץ מצד דעם שלאס־גארניזאן. ווו דאס לעגן פון בענדינער יידן פון 15־טן י.ה. גיזן סוף פון 19־טן י.ה.

passage_e26cc172affcbb0e178c60f1
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1309-2609

ווו האב! געוווינט די ערשטע בענדינער יידן? -•די הילצערנע שנל. — דאס בית־הקברות אויפן זאוואלע־גאס. — דער "קברות־שטייער" און א גרויסער פראצעס צוליב אים. — די בענדינער יידישע קהילה און די חברו ת אין 16־טן י״ה. — די חדרים און די ישיבה ביי דער בענדינער שול. — דער פאפולערער רב ר׳ נתן מייטעלעם. — די קליידונג פון פוילישע יידן אין 16־טן און אין 17־טן י״ה. בענדינער יידן אלס ארענדארן און קרעטשמער. — די נייע שול. — די חשובסטע בענדינער יידן צום סוף פון 18־טן י״ה. — דאס בית־הקברות אונטערן שלאס־בארג. — מצבות מיט פוילישע אדלערס. — די פארשידענע בענדינער רבנים פון 1765—1846. — די לאגע פון די פוילישע יידן בעת דעם ווארשעוונער פירשטענטוס. — א פרייסיש געזעץ, וועלכגוס האט שטארק באגרעניצט יידן חתונה צו האבן. — די ערשטע צארישע גזירות. — בענדי ן ווערט א פאוויאט־שטאט. די ערשטע גרופע יידן, וועלכע איז געקומען קיין בענדין, האט מען באזעצט הינטער די מויערן און שוץ־וואלן פון דער שטאט, אין דער געגנט פון דער היינטיקער גאס זאולעק און און דעם אונטערשטן טייל פון דער מאנדזשעווער־גאס. שפעטע ר הא ט מען ד י אנגעקומעג ע באזעצט אין דער געגנט פון דער היינטיקער זאוואלע־גאס און צום סוף אין די ראיאנען פון די היינטיקע גאסן ריבנא און בערעק יאסע * לעוויטש (פריער קאזאנסקא).

passage_d96d45b49c67d0426e88ac58
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2611-3677

אין 15*טן י.ה. איז אויפן בערעק יאסעלעוויטש גאס אומגעשטעלט געווארן א הילצערנע שול. אין דער זעלבער צייט איז אונטער די שוץ־מויערן פון דער שטאט געגרינדעט געווארן א בית־הקברות׳ וועלכס עקזיסטירט טיילווייז נאך ביז היינט אויף דער זאוואלע־גאס 4. אויפן בית־הקברות האט מען באגראבן ביז ארום דעם יאר 1831. מ׳האט דארט קובר געווען, נישט בלויז די יידישע מתים פון בענדין, נאר אויך פון דער גאנצער אומגעגנט, ווי פון מיסלאוויץ, בויטן, טיכוי, כאזשווו און שיעלצע. היות דאס בית־הקברות איז געלעגן אויפן שטאטישן באדן, פון וועלכן די שטאט־פארוואלטונג האט געמוזט צאלן מעשר דער קירכן * 4. אץ יאר 1940 אויסגעגלייכט מיט דער ערד דורך די דייטשן (באס. פץ רעדאקציע. פאראפיע, האט די בענדינער קהלה שוין אין יאר 1588 געמוזט אהיג 4 טראגן אין דער קירכע־קאסע א ספעציעלן מם, וואס האט זיך גערופן "קברות־שטייער", פון יעדן בר־מינן באזונדער. אויפן גרונט פון מעשר און "קברות־שטייער" איז אפטמאל געקומען צו א מחלוקה צווישן דעם פלעבאן (פאראפיע־גלח) און דער בענדינער קהלה.

passage_03a1d6f30241dfba39336016
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3679-4713

ס׳האט פאסירט, אז די בויטענע יידן האבן אין געהיים באגראבן זייערע מתים אויפן בענדינער בית־עולם, כדי פטור צו ווערן פון באצאלן די שטייערן. די בענדינער קהילה האט זיך נישט געאיילט מיטן איינצאלן די שטייערן, וועלכע זי האט נישט געקענט איינמאנען פון די בויטענער יידן. צוליב דעם האט דער בענדינער פלעבאן, יאן קאטולעצקי, פארקלאגט די קהילה וועגן מיסברויכן קעגן די עקזיסטיט־דיקע געזעצן. אלס עדות האט דער גלח געשטעלט א יידישע פרוי, וועלכע האט דעם 5־טן מאי 1687 באשטעטיקט אונטער א שבועה, אז פרעמדע יידן קומען קיץ בענדין און זענען קובר זייערע מתים אויפן דארטיקן בית־הקברות. דער משפט האט זיך געצויגן אין משך פון 8 יאר און האט דערגרייכט אזש ביז צו דער קאנצעלאריע פון קראקעווער בישאף. דער גלח האט באוויזן, אז א גרויסער טייל פון די בויטענער יידן זענען פארייניקט מיט דער בענדינער קהילה און, אז אין מיסלאוויץ איז איבערהויפט נישט פאראן קיין שול און קיין בית־הקברות. כדי אויפצוקלערן דעם ענין, האט דער קראקעווער בישאף דעלע*

passage_c79fce424a7cd88c8cc5b606
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4715-5982

גירט אין יאר 1692 אלם ארבעטער דעם מיסלאוויצער פלעבאן סטאניס־ לאוו זיגמונטאוויטש, און אין יאר 1694 דעם גרויסער גלח מיקאלאי יעזשיארקאוויטש. דער לעצטער האט אויסגעהערט פארשידענע עדות און האט באפויל צו שוועה אין דער שול אייניקע מיסלאוויצער יידן ; די בויטענער יידן האבן זיך איבערהויפט נישט צוגעשטעלט . נאכן אויספארשן דעם גאנצן ענין, איז ארויסגעגעבן געווארן א פסק׳ לויט וועלכן די בענדינער קהלה איז מחויב צו באצאלן דעם שולדיקן מס און "קברות־שטייער". ס׳איז אבער נישט באקאגט צי מיט דעם דאזיקן אורטייל האט זיך שוין דער פראצעס געענדיקט . אין דער שול אויפן דער בערעק יאסעלעוויטש גאס האט זיך קאנצענטרירט דאס גאנצע יידישע לעבן פון בענדיִן און דער אומגעגנט . אין דער שפיץ פון דער קהלה האט זיך געפוגען א רב מיט 4 דיינים׳ וועלכע זענען, אין דער ערשטער ריי, מחויב געווען צו שטיין אויף דער וואך פון די קהלשע אינסטיטוציעס, וואס זענען באשטאנען פון פארשידענע חברות. אין 16־טן י.ה. זענען ביי דער בענדינער שול געווען פאלגנדיקע 7 חברות: חברה קדישא, תלמוד תורה, ביקור חולים, מעוז לדל (וועלעכע האט פארזארגט ארימע מיט עסו), הכנסת כלה, מלביש ערומים און הלואת חן (א מין גמילת חסדים־קאסע). אין דער שפיץ פון יעדער חברה איז געשטאנען א גבאי .

passage_3f2ec540c9b1eac48be0661e
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5984-6753

די אויסגערעכנטע חברות האבן גוט פונקציאנירט און זייער גרויסע צאל דערקלערט זיך מיט דעם, וואס קיי ן בענדין, אלם א גרע־ נעץ־שטאט, זענען געקומען אסך פליטים׳ וועלכע זענען גערודפט געווארן אין די שכנותדיקע לענדער און האבן דא געפונען א צייט' ווייליקן מקום־מקלט. צוליב דעם גרויסן צופלוס פון אויסלענדישע יידן, האט זיך די בענדינער קהילה אפטמאל געפונען אין א זייער שווערער מאטעריעלער לאגע און געמוזט אנקומען צו הלואות, כדי צו ראטעווען אירע ברידער אין א נויט. ביי דער בענדינער שול האט צום סוף פון 16־טן י.ה. עקזיסטירט א חח געוויינלעכע חדרים אויך א גרויסע ישיבה. זייער פאפולער איז געווען דער רב ר׳ נתן מייטעלעם, וועלכער איז דעמאלט געווען דער ראש הישיבה. רועו איוא יאר 1587 איז בענדי ן 15

passage_acabc4878da5ae87757cb9c8