Original scan
Original memorial-book scan 210
Book text
Passage 1normalized OCR · source chars 0-1290

שמואל קליינסן/ גע״עןא פאדזאמטשע גאס (הינטערן בארג)... ן^ן יינם פון די אינטערעסאנטע געטלעך אין בענדין איז געווען 1% די פאדזאמטשע גאס, אדער ווי מ׳פלעגט זי רופן "אונטערנ־ בערג"ז אויב בענדין האט זיד לעצטנס צעוואקסן, און ס׳זענען אנט* שטאנען נייע גאסן און די אלטע זענען אויפגעפרישט און איבער* געבויט געווארן און ט׳זענען צוגעקומען נייע מאדערנע הייזער,— איז דאם פאדזאמטשע געסל פארבליבן אין איר אלטן טיפיש־פרי־ מיטיוון טטיל, מיט איר האלב־דארפישן אויסזען.א לאנג שמאל געסל, קלייגע הייזקעם מיט שינדעל דעכער,א טייל פארקרימטע! און קרישעלדיקע פון אלטקייט.א טייל ווז־יבובגען האבן זיך גע־ פונען אין טיפע קעלערם, ווו ווינטער איז געוועזן נאט און פייכט, און זומער איז קיין זונען־שטראל דארט נישט אריינגעקומען. דא האבן געוווינט יידן און קריסטן פון דור דורות הארמאניש צוזאמען. דער גרעסטער טייל איינוווינער פון געסל זענען געווען הארע* פאשניקעם, טרעגער, שניידערס, סטאלערם, שוסטערם, און סתם ארעמע ארבעטער— וועלכע האבן געארבעט שווער און ביטער צו 16 שעהא טאג אויף היונה. דא האבן געוווינט די אזוי־גערופענע "ארעמעלייט"— בעטלערם, קונצען־מאכער, קאטאריניאזשעם מיט די פאפאגייען. דא האבן נאך געוווינט יידן וועלכע האבן געדענקט דעם פוילישן אויפשטאנד פון 1863.,

passage_c3aec0f73a16b49e6916cf73
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1292-2117

ווינטער איז דאם געטלא געשלאפן, א דאנק די בלאטע ם וואט זענען דארט געווען, וועלכע האבן אויטגעטריקענערשט הארט פאר פטה. דאמאלט האט דאם געטלאויפגעוואכט. קליינע כאפטעס קיב־ דערלעך זענען דארט געווען, א סך. זומער פלעגן די קינדערלעד זיך געפונען אין גאט. דאס ווייטן די הייזלעך מיט ווייטן און בלאען קאלך, האט אנגעזאגט, אז דער פרילינג איז געקומען. די זון איז צוגעקומען ביז צום פענטטער, און דאס געסלהאט אויפגעלעבט. די שארפע לופט פון די לאנקעס און,פון טייך, אונזער פשעמשא, האט ארויטגעצויגן די איינוווינער פון די קעלער־שטיבלעך. אויר די תושבים פון דעם צווייטן טייל שטאט האבן זיך אנגעהויבן באווייזן אין געסל, אין די אווענטן פלעגט די יוגנט קומען זיך אדורך־שיפען אין די לאדקעם, העט־ווייט צווישן די גרינע פעלדער, ווייט אויטער די שטאט.

passage_f71191de50ac7cba4a74c7bb
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2119-3293

דאס געסל האט זיך געצויגן פון באזיקאווטקיס וואטער־מיל ביז דער באן־פלאנטע ביי פירטטענבערגער גימנאזיע, פון איין זייט די גורקא און פון דער צווייטער זייט די פשעמשא: אויפן אפענעם בארג "גורקע", פלעגט די פארטייאישע יוגנט האלטן דיסקוטיעם, זיך געהיצט און געאמפערט וועלנדיק איבערצייגן איינער דעם צווייטן, געפירט שמוטען וועגן קונסט און ליטעראטור, און ווען די נאכט איז צוגעפאלן פלעגן די גרופן אנהויבן זינגען לידער, און לויט די לידער האט מען געוווסט ווער ס׳איז די גרופע * אט דארט זינגט די ציוניסטישע יוגנט ציון־לידער, פון דער צווייטער זייט זינגען די בונדיסטן רעוואלוציאנערע לידער, פון א דריט ווינקל הערן זיך די פאלקס־לידער פון ראזענפעלד, רייזן, אנטקי. און דעם געזאנג האט זיך געטראגן אין דער טונקעלקייט פון דער נאכט ווייט, ווייט, און ווי א עבאסיד אנגעשלאגן אין די קליינע הייזקעם פונ׳ם געסל, און זים איינגעדרימלט אירע איינוווינער נאך דעם שווער'ן אר * בעטם־טאג. דארט אויפן בארג, צווישן גרויסע שטיינער, פלעגן פאר * ליבטע פארלעך זיך שווער־ן אייביקע ליבע. און יאסל דער שטאט * שדכן פלעגט טאקע זאגן, אז דער בארג איז זיין גרעסטער קאנקורענט...

passage_bd9577fa5ac2e66f243bf466
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3295-4320

א באזונדערער וועלט איז געווען די געשלאסענע "גורקע", ווו מ׳האט געמוזט צאלן איינטריטס־געלד. דארט האט זיך געפונען דער היסטארישער שלאָס מיט א הויכן רונדן טורעם — געשטיצט דורך דריי דיקע מויערן. און וועמען עס געלינגט זיך ארויפצובאקומען אויף דעם דריטן מויער, האט פאר זיך דעם גאנצן פייזאַש פון דער שטאט, די צוויי בריקן איבער דער פשעמשא און די וואסער־מיל, ווו דאס וואסער האט זיך געריטן און געבייזערט, דא האט מען געזען ווי די פשעמשא שלענגעלט זיך צווישן די גרינע פעלדער, ביז די דאמבראווע קוילן־גרובן. אין דעם טייל בארג פלעגן קומען גאנץ אנדערע מענטשן! דא איז געווען שטיל רוהיק; דא פלעגט מען זיצן אויף די בענק און לייענען א בוך. דא פלעגט א בחור, אין געהיים פאר די עלטערן — זיך לערנען און גרייטן צום עקזאמען. מיט איין ווארט — די אפענע און די פארמאכטע "גורקע" זענען געווען דאס וויגעלע פון דער בענדינער יוגנט — א יוגנט אוניווער* זיטעט, ווו זי^האט זיך דערצויגן, געלערנט דענקען און געחלומ׳ט וועגן דער צוקונפט.

passage_9aaafdb0f600aea51214c7b3
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4322-5660

-ו- . . . אפריל 1946 . אונזער טראנספארט שלעפט זיך פון ווייטן רוסלאנד. ענדלעך א דורך די פוילישע גרענעץ. מיר זענען אין מיסלאוויץ. דער טראנטפארט בלייבט שטיין עטליכע שעה. איך בא- שליט באזוכן מיין היים, מיין געסל. דורך שאפעניץ—טאטנאוויץ פאר איך מיטן טראמוואי קיין בענדין. איך גיי איבער דער שטאט, איך זוך א ייד — לויטער קריסטן — מאלאבאווסקי—קאלאנטאיא, — דער אלטער מארק, היימישע גאסן, אבער דאך פרעמד. איך זוך דעם גרויסן בית־המדרש, די שול, אלץ חורבות. דער קאפ איז שווער, עס שווינדלט פאר די אויגן — ווייטער, שנעלער! דא ביים בערג האט געזאלט שטיין ראובן ליווערם הויז. אלץ חורבות, קיין סימן פון אלע געסלעך ארום דער שול. אט איז די פלאמפ, וואט האט גע* האט א שם מיט אירע ריינעם קרישטאל־וואטער, דא האבן חסידים גענומען וואסער אויף מצה־שמורה. איצט שטייט זי איינזאם, דאכט זיר ווי דאם וואסער וואלט דארט אויסגעטריקנט... אט איז דער לינת־חולים — וואט פאר א שטילקייט הערשט דא 1 איך דערנענטער זיך צו אונזער הויז פאדזאמטשע 34, דא האבן מיינע עלטערן פאר- בראכט די לעצטע נאכט. איך עפען אויף די שווערע טיר פון הויז אין בלייב שטיין — גארנישט געבליבן, אפילו קיין פענטטער, אפילו די ברעטער פון דער פאדלאגע, די קאפלעס פ ת אויוון, אלץ ארוים* געשלעפט. דא האבן די שכנים גערויבט... א שווייס באגיסט מיך...

passage_49f8866eaaaefe1561e716e1
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5662-5902

, נישט א מער דאס פאדזאמטשע געסל מיט אירע הארעפאשנע יידן, און מ׳וועט שוין מער נישט הערן דאם הויכע געזונטע רעדן פון די בענדינער "באכמאנעם" (טרעגערם) . די ברוינע נאצישע חיה האט אלץ אויטגעריסן מיטן ווארצל.. . - 206 -

passage_b3a6d4ee5281f0cc5539c208