Original scan
Original memorial-book scan 211
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1308

משה בנים• ! קי״נמא ! / א טראגישער רעליגיעזער קהל ה *■ן ו ף מא י 1945.. . וו י ערשט פון בוימער־געפאלענע הארבסט־ בלעטער וועלכע ווינד האט אויף איין פלאץ צונויפגעטריבן , האבן זיך געבליבענע רעשטן פון אכט־הונדערטיאריקן יידישן קבו ץ אין בענדין , ווידער צונויפגעזאמלט אין "זייער " בענדין . זיי האבן געחלומט צו טרעפן נאנטע און ווייטע און צוריקאויפבויען די שיינע יידישע בענדינער וועלט , וועלכע איז אין פייער און אין רוי ד אוועק אויף אייביק.. . די אומגליקלעכע רעשטן האבן פארגעסן א נאטור ־ געזעץ, אז א בויקל וועלכער איז אויסגעריסן געווארן מיטן ווארצל, קען מען נישט פארפלאנצן פון דאסניי דורכן פארפלאנצן פארוועלקטע הארבסט־בלעטער... בענדין, א ט ד י חסידיש־סוחרישע שטאט , וועמענס הייזער , גע ־ שעפטן, בענק און פאבריקן זענען געווען עב ט יידיש , וועמענס שבת איז געווען כולו קודש , אויפ שריט און טריט האט זיך געפילט די הערשאפט פון שבת מלכתא געצירט אין זיידענע בעקעשעם , סאמע ־ טענע היטלעך און חסידישע שטריימלען , — האט א אנדערן פנים באקומען. פון אמאליקע יידישע פענצטער בליקן ארויס צלמים . אויף די נגידישע יידישע באלקאנען פאשן זיך ציגן און מעקן ארוים זייערע צונגען צום ביזל יונגלעך און מיידלעך וועלכע דרייען זיך היימ ־ לאז אויף די יידן־פוסטע גאסן מיט אויסגעשטארטע אויגן פול בענק ־ שאפט און צער.. .

passage_ee9cae46166109a11ac032cb
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1310-2002

עם אב ן יידיש ע דיכטע ר אי ן פויל ן געזונגע ן א ז ד י ווייס ל רעד ט יידיש או ן ראמאנטיש ע בענדינע ר יוגנ ט הא ט געחלומט , א ז ד י פשעמש א רעדט אוי ך יידיש , אבע ר ד י ייד ן זענע ן אווע ק או ן מי ט זי י אי ז אי ן פלאמען אווע ק זייע ר שול , זייע ר בי ת המדרש , זייע ר תלמו ד תורה , מקואות, שטיבלע ך או ן אל ע וווילטעטיק ע אינסטיטוציע ס ; אבע ר ד י פשעמשא אי ז געבליב ן או ן ניש ט איינגעטריקנ ט פא ר פראטעסט , וויי ל די פשעמש א אי ז געוועז ן פוילי ש או ן געבליב ן פויליש , וויי ל ד י ער ד איז געווע ן פוילי ש או ן אלע ס ווא ם אי ז געשטאנע ן או ן געבוי ט געוואר ן אויף א ט דע ר ער ד אי ז געווע ן או ן געבליב ן פויליש , נא ר נזיר , אונוערע עלטער ן או ן זיידע ס האב ן זי ך טראגי ש טוע ה געווען.. .

passage_9c4269a41fb84a7e5bb90a24
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2004-3130

צודי איינצעלנע מעגטשן וועלכע זענענשוין געווען אין 'בענדין זינט דער פוילישער באפרייאונג — יאנואר 1945, זענען אין מאי צוגעקומען נאד יחידי סגולה וועלכע זענען ערשט באפרייט געווארן פון די קאנצענטראציע לאגערן. די אלע מענטשן וועלכע זענען גע ־ קומען פון די קאנצענטראציע־לאגערן זענען געווען באדענלאז, דאב ־ לאז און אויד׳היימלאז, האבן פשוט נישט געוווסט וואס צו מאכן מיט זיך, ווו ס׳פירט זייער וועג ווייטער און ווי אזוי ווייטער צו בויען זייער לעבן. עם האט עקזיסטירט א יידישער קאמיטעט, אנגעשלאסן אין צענטראלן ווארשאווער קאמיטעט, געגרינדעט און אונטערשטיצט דורך דער פוילישער רעגירונג. דער דאזיקער קאמיטעט האט זיך אייגענטלעך פארנומען נאר מיט סאציאלע און ערשטע הילפס ־ ארבעט, יעדן געקומענעם געגעבן עטליכע זלאטעס און בחינמדיקע מיטאקן. וווינונגען האט כמעט קיינער נישט געהאט. דער ארטיקער סטאראסטע האט פאר די דאזיקע צוריקגעקומענע מענטשן צוגעטיילט עטלעכע צימערן אין הויז פון יחיאל ווינער, און דארט האבן די מענטשן "געלעבט" א לעבן פון אויסגעשפיגענע וועמען די וועלט האט אויסגעשפיגן, בלויז דערפאר ווייל זיי זענען יידן.

passage_6baf818f59ac0d539eb0ccb9
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3132-4311

עס איז נישט געווען קיין צייכן פון געזעלשאפטלעכן יידישן לעבן. טרעפן א דא ס ביסל יידן האט מען געקענט ביז 12 מיטאג אין די הקדש־בעטלאך, אין די עטליכע צימער פון יחיאל ווינערס הויז, אדער שפעטער שטיין אויף דער מאלאכאווסקיגאס ביים הויז פון קאמיטעט, שמועסענדיק און ווארטענדיק, נישט וויסנדיק אויף וואם. די דורכגייענדיקע גויים האבן צוגעווארפן בייזע שנאה־בליקן דעם ביסל יידן, באדויערנדיק, פארוואס עס איז די דייטשן, מיט זייער מיטהילף, נישט געלונגען אויך די דאזיקע יידן צו ליקווידירן! זעלטן האט זיך געטראפן א גוי, וואס האט די אומגליקליכע צוגעווארפן א שמייכל... דרכי ההשגחה נסתרות הן, — האט די השגחה געוואלט, אז איך מיט מיין פרוי זאלן בלייבן לעבן אין די קאנצענטראציע־לאגערן, און אויך מיר זענען נאד דער מלחמה צוריקגעפארן קיין בענדין, זוכן אייגענע קינדער, שוועסטער־ברידער און קרובים, אבער קיין־נעם פון דער אייגענער נאענטער משפחה נישט געפונען, נישט קיין לעבעדיקן און נישט קיין קבר ווו א טרער צו לאזן, קיין לעצטן גרויס נישט געקענט געפינען, און קיין לעצטן קרעכץ פון שטיין און מויער נישט געקענט דערהערן, בלויז ריח פון שריפה האט אנגעפילט די לופט...

passage_dabc06fafc5d4e1b36de98b8
Passage 5normalized OCR · source chars 4313-5544

צוריקצובויען יידיש־בענדין האבן מיר מער נישט געטראכט, אונזערע פיס האבן נישט געקענט טרעטן אויף דער ערד דורכגע־ ווייקטע מיט הייליק־בלוט. מיר האבן געוווסט אז מיר מוזן אוועק. דער כלומרשטער שותפות־גורל צווישן יידן אין פאלאקן האט זיך פאר אונז טראגיש געענדיקט אויף אייביק, אבער עטלעכע יאר וועט נאך בעגדין בלייבןא טרעפ־פונקט פאר די רעשטן פון בענדינער יידנטום, צי קענען אט די יידן איבערגעלאזן ווערן אויף הפקר אן די עלעמענטארסטע יסודות פון יידישקייט, אןא שול, אן כשרות, אןא נארמאל יידיש פאמיליען־לעבן, אן קאנסטרוקטיוון ווידער־ אויפבוי פון יידיש לעבן, אן צוגרייטונגען צוא נארמאל רעליגיעז־ נאציאנאל מענטשלעך לעבן אין ארץ ישראל,— צו זאלן מיר טאקע דערלאזן, אז יעדע שפור פון מאראל זאל פארשווינדן און דעמא־ ראליזאציע זאל אויפפרעסן דאס דאזיקע רעשטל יידן? מיר האבן דעריבער באשלאסן צו ארגאניזירןא רעליגיעזע יידישע קהלה,א המשך צו דער טויזנט־יאריקער יידישער גלות־ געשיכטע, וואם האט געהיטן און דערהאלטן דעם יידישן פאלק. די ערשטע שריט זענען געווען— דאם ווענדן זיך צום סטאראסטא, אז ער זאל אונז צוטיילן עטלעכע צימערן צו דעם צוועק אין אמא־ ליקן פאטאקס־הויז (שפעטער פאליטיינסקעס). באקומענדיק צוגע־

passage_d21b8145714e9efd7e7bdce9
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5546-5875

גרינדער פונדער רעליגיעזער קהילה נאך חורבן בענדי ן יולי 1945 . עם זיצן פון לינקס אויף רעכטס: משה הערשפינקעל, יודל סטופניצקי, י. ל. רודאל, הרב יצחק פאראסאל, פארזיצער מ. ב. קלינמאן, סעקרעטאר וואלדמאן. עס שטייען: ניימאן, יעקב אייזענבערג, ל. מערין . מייסדי הקהילה הדתית לאחר חורבן בנדין . - 207

passage_89d22f543799c70fab70c59b