Original scan
Original memorial-book scan 212
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1766

טיילט די דאזיקע צימערן, האבן מיר געגרינדעט מיט זיי הילף פון דזשוינט א וועד הצלה, א כשר׳ע קיך, וווּ יערע האנט באקומען אומזיסט כשר׳ע עסן. דער דאזיקער פלאץ איז אויך פארוואנדלט געווארן אין א באבודיק צוזאמענטרעף־ארט פאר אלע איינזאמע דערוואקסענע יתומים. עס איז איינגעארדנט געווארן א לעזע־זאל, ביבליאטעק, די שבת׳דיגע סעודות זענען געפראוועט געווארן געמיעזאם, פאמיליאר, אינטים, מיט זמירות און שמועסן וועגן פרשת השבוע. לאנגזאם האבן זיך די דאזיקע אומגליקלעכע דערמאנט אין זייערע אמאליקע היימען, און זיי האבן אנגעהויבן טראכטן מיט נארמאלע מענטשלעכע און יידישע קאטעגאריעס. מיר האבן אנגעהויבן אויסלייזן יידישע קינדער וועלכע טאטע־מאמע האבן פאר זייער אומקומען געוואלט ראטעווען, איבערגעבענדיק זיי צו באקאנטע קריטטן. מיט דער הילף פון הרב אברהם ענגלא רד שליט״א, דער זון פון סאסנאוויצער רב ר׳ ישעיהו הי״ד, האבן מיר ווידער אויפגעבויט די בענדינער מקוה, וועלכע האט זיך אויטגעצייכנט מיט אירע היגיעגישע און עסטעטישע איינריכטונגען. מיר האבן איינגעארדנט א ביורא מיט טפעציעלע באאמטע, וועמענס אויפגאבע ס׳איז געווען צו זארגן און צו העלפן אין אלע הינזיכטן די וועלכע האבן זיך נאר גענויטיקט אין הילף. ר׳ יצחק פאראסול (היינט אין ירושלים) האט איבערגענומען די אויפגאבע פון סידור חופה און קידושין. מיר האבן זיך געווענדעט צו די שוין־עקזיסטירנדיקע יידישע רעליגיעזע קהלות אין לאדזש, קראקא, ווארשא, און פארגעשלאגן צו שאפן א שותפותדיקע ביורא פארן אויפנעמען גביית־עדות וועגן אומגעקומענע, פון די לעבענגעבליבענע אין קאנצענטראציע לאגערן און צוריקקערענדיקע פון רוסלאנד, וויסנדיק אז די אלע וועלן זיך ווידער ארויסלאזן וואגערן איבער דער וועלט און טויזנטער פרויען וועלן בלייבן עגונות.

passage_13e8028604ee6f025f70b44e
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1767-2541

אבער ווען די אויבנדערמאנטע קהלות האבן דעם פארשלאג — צוליב אומפארשטענדלעכע טעמים — נישט געוואלט אננעמען, האבן מיר — די איינציקע ווארשיינלעך קהלה אין דער גאנצער וועלט — געעפנט אזא ביורא אין בענדין. מיר האבן געגרינדעט 2 רעליגיעזע קיבוצים, פון פועלי אגודת ישראל און הפועל המזרחי — ביי דער מיטהילף פון זייערע צענטראלעם, ווו די מענטשן האבן באקומען די נויטיקע גייסטיקע און געזעלשאפטלעכע הכשרה פאר זייער עליה קיין ארץ ישראל! די דאזיקע קיבוצים זענען געווען א מוסטער אין אלע הינזיכטן. מיר האבן אין איינעם פון די זאלן געגרינדעט א בית המדרש צום דאווענען און לערנען, וועלכער איז ווידער פול געווארן מיט מתפללים, דער קול תורה איז ווידער געהערט געווארן אין דער לומדישער חרוב־געווארענער בענדין.

passage_7b8f89fbe898d1ad6d06828e
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2543-3548

זעענדיק, אז שחיטה איז, ליידער, פארגעסן געווארן ביים רוב יידן אין בענדין, האבן מיר געזוכט וועגן ווי אזוי צוריק צוגע־ וויינען די דאזיקע יידן; מיר האבן דאמאלס געבראכט דעם שוחט ר׳ אליהו ג ד פון סאסנאוויץ (היינט אין חיפה), עטליכע מאל אין דער וואך קיין בענדי ן! גלייכצייטיק האבן ארויסגעשיקט א ספעציעלן שליח, וואלף שווייצער (היינט אין חיפה), אין אלע יידישע שטובן צו נעמען די עופות צו שחיטה, נישט נעמענדיק קיין שחיטה געלט, און אלעמען א חיים געשיקט די געשאכטענע עופות זמיד האבן געמאכט תפילין, און געטיילט אומזיסט סדורים און אנדערע תשמישי קדושה. חתונה געמאכט יתומים מיט יתומות בכבוד און כדת משה וישראל. אויל א פאל פון מגייר זיין איז דאמאלס פארגעקומען אין בענדין. מיר האבן זי ל דערוווסט, אז א בענדינער יידישער יונגער־ מאן — פאר דער מלחמה אפילו א חסידישער, וועלכער איז גערא־ טעוועט געווארן דורל א קריסט אין אויבערשלעזיען, האט צוגע־ זאגט דער דאזיקער קריסט וועלכע האט, אגב, אויך געהאט א

passage_65d730835f4fe098942b5856
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3550-4846

טאכטער, מיי ט איי ר חתונ ה צו האבן. האב ן מי ר דע ם דאזיק ן יוגגער * מאן איינגעלאד ן אי ן ביורא. דערוויסעגדי ק זי ל פו ן אים, א ז ד י קריסטלעכע פרו י ווי ל זי ל מגיי ר זיין, האב ן מי ר ז י איינגעלאדן, אויפקלערענדיק אי ר אל ע דינ י ישראל. ז י אי ז געווע ן גריי ט מקב ל זיין אל ע דינ י ישראל. דא ן האב ן מי ר זי ל געוואנד ן צ ו דע ר גרעסע ־ רער קראקאווע ר רעליגיעזע ר קהלה, מי ט דע ר בקשה, א ז זי י זאל ן די דאזיק ע פרו י מגיי ר זיין. באקומענדי ק אבע ר א תשובה, א ז זי י האבן דא ס מור א צ ו מאכן, וויי ל דע ר דאמאלסדיקע ר געזע ץ הא ט דאס ניש ט דערלויבט, האב ן מי ר ע ס אי ן בענדי ן אליי ן דורכגעפירט. מיר האב ן פארשטאנען, א ז אוי ב מי ר וועל ן דא ם ניש ט מאכ ן — ווע ט דער דאזיקע ר יונגערמא ן חו״ ש ניש ט ביישטיי ן דע ם נסיון, או ן אוי ל אנדערע קענע ן גיי ן אי ן א ט דע ם וועג. מי ר וועל ן דאמאל ם קומע ן צ ו א לאגע, א ז ווא ם חורב ן או ן שריפ ה האב ן איבערגעלאזט, ווע ט שמ ד אויסענדיקן... אונזער ארבע ט אי ז פארצווייג ט געוואר ן או ן הא ט זי ל אויסגז ד ברייטערט. פו ן א ס ל שטע ט או ן שטעטלע ל זענע ן געקומע ן עסקני ם זען אלע ס ווא ס מי ר האב ן געשאפן, זע ן ווי־אזו י מי ר האב ן באזונ * דערע איברי ם פארוואנדל ט אי ן א אינטימ ע משפחה, צוריקגעבענדי ק די אל ע מענטש ן דע ם פארלוירענע ם צל ם אלקים, מענטשלעל־יידיש ן שטאלץ או ן א געפיל, א ז ע ס אי ז כדא י צ ו בלייב ן לעבן.. .

passage_3c1f90c26ecacf17cc5536e2
Passage 5normalized OCR · source chars 4848-6088

אבער באנייטער אנטיסעמיטישער כוליגאניזם האט אנגעהויבן בושעווען אין פוילן. יידן זענען געמארדעט געווארן אויף די באנען און אין זייערע ערשט צוריק־געבויטע שטובן, אין דעם דערבייאיקן שטעטל טשעלאדז, איז טראגיש דערשאסן געווארן מיין קרוב גראס* מאן הי״ד, ווייל ער האט געוואלט באקומעןא קליינעם טייל פון זיין פאטערם פארמעגן. אויפן וועג פון לאדזש קיין קראקא זענען פוןא גייענדיקן צוג ארויסגענומען געווארן3 יידישע לעבנגעבלי־ בענע בחורים, חברים פוןא קיבוץ פון הפועל המזרחי, וועלכע זענען געפארן אויףא צוזאמנעפאר קיין קראקא, און בעסטיאליש דער־ מארדעט געווארן. דער שטאב פון אנדערס ארמיי אין ענגלאנד האט מיטא ברייטער האנט געשטיצט די דאזיקע אנטיסימיטיש־כוליגאנישע באוועגונג מיט דעם אויסרייד, אז זיי קעמפן קעגן דעם לינקן רעזשים אין פוילן און קעגן רוסלאנד. די פולישע רעגירונג איז געוועזן מאכטלאז, ווייל דער רוב פון פוילישן פאלק האט געשטיצט דעם אנטיסעמיטיזם. אהל דער שרייבער פון די שורות, וועלכער האט געוו1ינט ביי די מיליטערישע קאשארן אין בענדין, ווו עם האבן סטאציאנירט טויזנטער פוילשע זעלנער, איז צוויי מאל אפגעווארט געווארן דורל כוליגאנעם מיט רעוואלווערן אין די הענט און איז על פי נס ניצל געווארן פון טויט.

passage_87088083eb016006833c3746
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 6090-6973

אין מערץ 1946 האב איך באקומען אן עקספרעס בריוו ארויס־ געשיקט פון קאטאוויץ און אונטערגעשריבן דורכן אפיצער פון אנדערם באנדע, אז אין משך פון 48 שעה דארף איך פארלאזן פוילן, — אין קעגנפאל וועט איך דערמארדערט ווערן. די דאזיקע מערדערישע ווארנונג האט נישט איבערגעלאזט קיין שום ספקות, אז דאס ווייטערדיקע זיצן אין בעגדין איז געפערלעך, און דער איינציקער וועג איז — פארלאזן וואס שנעלער פוילן, דעם טראגישן פאמיליען־קבר פון א דריטל יידיש־פאלק. אבער די רעליגיעזע אינסטיטוציע האט שוין עקזיסטירט, און איז א ריי יארן געבליבן די היים און דערציאונגס־ארט פאר אלע צוריקוואנדערגדיקע בענדינער יידן, הויפטזאכלעך די פון רוסלאנד צוריקגעקומענע. אין דער היסטארישער עפאפי פון די יידישע קהילות אין גלות, וועט די דאזיקע קורץ־עקזיסטירנדיקע, טראגישע רעליגיעזע יידישע קהלה אויך פארנעמען איר באשיידענעם פלאץ. - 208

passage_fa327589df62f5f1e5a06091