אליעזר מערין / נאך דער באפרייאונג איך, דער ערשט נישט־לאנג אנגעקומענער קיין ישראל, און מיינע ברידער, וועלכע זענען לעת עתה פארבליבן אין בענדין, זענען כמעט די איינציקע בענדינער תושבים, וואס זענען געבליבן לעבן, זייענדיק פארשטעקט און אויסבאהאלטן די גאנצע זעקס יאר פון דער מלחמה אין אונזער שטאט, וועמענס חורבן כ׳האב, צו מיין פיינליכסטן ליידן, געזען מיט מיינע אייגענע אויגן. אויך נאך דער באפרייאונג בין איך פארבליבן אין דער חרוב־ געווארענער שטאט, וואס איז איצט לחלוטין "יודן־רייך, ביז כ׳בין עולה געווען קיין ישראל, 1957, ווען ס׳איז פארשטארקט געווארן די עליה פון די לעצט־פארבליבענע יידן אין פוילן, איינזעענדיק, אז זיי זענען דארט איבעריק און קענען זיין דער שעיר־לעזעזל, ווי תמיד, ביי יעטוועדער פאליטישער ענדערונג. כ׳האב נישט בדעה צו שילדערן כראנאלאגיש די געשעענישן אין בענדץ זינט דעם אויסברוך פון קריג, 1.9.1939, ביז צום לעצטן גירוש, 1.8.1943, ווייל וועגן דעם איז שוין פיל געשריבן און גערעדט געווארן. ט׳איז בלויז א מזל־זאך, וואס מיין משפחה איז ניצל גע־ ווארן פון דער קאטאטטראפע, און מיר זענען כמעט ■די איינציקע פון די זעקס טויזנט פארשניטענע יידישע משפחות, וואס בענדין האט געציילט פארן אומגליק.
אונז, מייגער ברידער און שוועסטער, איז געלונגען זיך אויס־ צובאהאלטן אויפֿן בוידעם און אין קעלערן, ווי די מייז אין די גא* רעם, ביי קריטטן, וועלכע האבן אונז גוט שאנטאזשירט און צוגע־ נומען ביי אונז דעם לעצטן גראָשן און ווערט־זאכן מיט וועלכע מיר האבן זיך געקענט אויסקויפן. מיר האבן געהאט דערביי גאר פיל גליק, וואט מ׳האט אונז נישט אויטגעליפערט אין די הענט פון דער געטטאפא, וואט ס׳האט באמת פאטירט מיט אנדערע פאר־ שטעקטע פאמיליעם, ביי וועלכע מ׳האט פריהער אלץ צוגענומען און דאן ארעסטירט און אומגעבראכט. טויט־שטראף האט געדראט יעדן קריטט, וואט האט ביי זיו אויסבאהאלטן א יידן, דאקעגן האט ער באקומען א פרייז־לוין, ווען ער האט א ייד פארראטן און געמסר׳ט.
עלכן האטאי ך פאר א מאראלישן חוב צו דערמאנען לשבח צוויי ערלעכע קריסטן פון בענדי ן, די הערן פאוועל שולץ און מאריאן סטאנעק, פון די חסידי אומות העולם, וועלכע האבן נישט פארלוירן דעם צלם אלקים אין די מלחמה־יארן, ווען די עטי ק און הייליקע מענטשלעכע ווערט ן זענע ן געטראט ן געוואר ן מיט די שמוציקטע לאפעס פון דער נאצישער בעטטי ע און דא ם יידישע פאלק איז דערטרונקען געווארן אין א מבול פון בלוט. די צוויי טייערע פאליאקן, הגם זיי אליין זענע ן געווען נישט איינמאל אין לעבנס־געפאר, האבן אונז בייהילפיק געווען אין אן עת־צרה, נישט וועלנדיק די קלענטטע באלוינונג, און אונז געמונטערט, אז מיר וועלן באפרייט ווערן און זען היטלער׳ם שווארצן סוף. אויך דער בענדי נע ר גלח פראבאשטש ז א ו ו א ד ז ק י האט זיך פארדינט אן עפנטלעכן דאנק פאר ראטעווען יידו בעת דער שרפה פון דער שול, וואט די ד׳״יטשע מערדער האבן אונטערגעצונדן אין די ערשטע טעג פון דער אקופאציע, און זי אויטבאהאלטן אין דער קירכע. דעם 27.1.1945 איז בענדי ן דעראבער ט געוואר ן דורך דער ר ר טישער ארמיי, וואט האט מארשירט זיגעריש אויף בערלין. די דייטשן זענען אין א גרויטער בהלה שנעל אפגעטראטן פון דער שטאט, ניט באווייזנדיק אויטצורוימען די קראמען און מיטצונעמען די
שטוב־זאכען, — דאס אלץ וואס האט געהערט אמאל צו אונז. די קריטטלעכע באפעלקערונג נוצט אויס דעם תוהרובוהו באפאלנדיק מיט גרויס חשק די אמאליקע יידישע, דורך די דייטשן רעקווערירטע וווינונגען און געוועלבער, ראבירנדיק יידיש האב און גוטם, וואס מיר האבן געגלויבט, אז נאך דער מלחמה וועט עט ווידער געהערן צו אונז. די יידישע שטאט איז נישט צו דערקענען. די אמאל באוו1ינט ע יידישע גאסן: פאדזאמטשא, זאוואלע, ריבנע רינעק, באזשניטשנא זעגען לחלוטין אפגעמעקט געווארן נאך אין די קריגס־יארן, ווען מיר זענען פארטריבן געווארן אין געטא אויפן קאמיאנקא אץ גרויס־שראדאלא. דאקעגן די הייזער אויף סאנטשעווטקעגא, קאלאג־ טאיא און א טייל פון מאלאכאווטקעגא זענען געשפאלטן אץ גע־ פלאצט, אזוי אז מען מוז זיי אונטערשטיצן און אונטערהאלטן מיט אייזערנע פילארען, באשר ס׳איז א סכנה, אז זיי זאלן איינפאלן, מחמת דעם, וואס די הייזער האבן זיך געזעצט און געזונקן, ווייל אונטער דער ערד פון די דערמאנטע גאסן גראָבט מען גאר איר טענסיוו קוילן. דער אפגערוימטער פלאץ, ווו ט׳איז בשעתו געשטאנען די גרויסע שול, וואס איז אויך אוועק מיטן רויך בראשית פון דער מלחמה, דינט איצט אלס א צוטרי ט צו דער גורא־זאמקאווא, ווו ס׳געפינט זיך דער שלאם, וואס איז לעצטנס געווארן רעסטאוורירט, אויפגעפרישט און פארוואנדלט אין א מוזיי.
אין בענדין באווייזן זייו נאכץ קריג די על־פינם אפגעראטעוועטע יידישע איינוווינער, וואט קריכן ארוים פון די בונקערס, פון די בא־ פרייטע קאצעט און טויטן־לאגערן, און דאמאלט ווערט אונז קלאר, אז גאד ווינציק, כמע ט יחידים, זענען פארבליבן פון רבים.. . כ׳ווייס צו דערציילן פאקטן, ווען די ווייניק פארבליבענע בענ־ דיגער יידן, די רעשטלעך פון נישט־דערברענטע ברידער און שוועס־ טער, האבן זי ז געמאלדן, קומענדיק אין שטאט, אויפן דע ר פא־ ליציי, בעטנדיק אן ארט צום איבערנעכטיקן און א דאך איבערן קאפ, וואט איז געווארן פון זי י צוגערויבט, — האט מען צו זי י געזאגט: וואט נאך וועט איר פאדערן פון אונז ו אפש ר זאל מען לכבוד אייך באפוצן די שטאט־טויערן מיט קרענץ ז דאס איז טאקע געווען באלד נאך דער באפרייאונג, אבער שפע'
טער האט זיך די באציאונג פון דער שטאט־מאכט צו אונז געענדערט לטובה. ט׳איז געוויילט געווארן א יידישער קאמיטעט, וועמענס ציל און אויפגאבע איז געווען צו העלפן די אנגעקומענע לאנדסלייט מיט אלעם מעגליכן, אבער דער קאמיטעט האט אנטוישט, ווייל בתוכו זענען פארגעקומען איגערלעכע רייבונגען און שטרייטן צווישן די קאמוניסטיש־און ציוניסטיש־געשטימטע מיטגלידער. ט׳איז געווען, כ׳לעבן א חרפה און א שאנד פאר די פוילישע רעגירונגס־ארגאנען, וואט האבן געטענה׳ט: א הייפל יידן זייט איר פארבליבן און איר רייסט זיך צווישן זיך אזוי פיל ארום... היינט־צו־טאג?איז אינם יידישן קאמיטעט קיין ציוניסט נישט בנמצא, ווייל דיעניקע ציוניסטן וואט זענען דארט געווען לכתחלה פארטרעטן, און די אין וועמענס הערצער ס׳האט נאך געטליעט א נאציאנאלער פונק, געפינען זיך איצט אין מדינת ישראל. אינטערעטאנט איז, אז כ׳האב זיך אין תל־אביב, ווו כ׳געפין זיך ערשט אייניקע חדשים, אנגעטראפן אויך מיט אזעלכע בענדינער קא־מיטעט־לייט, וועלכע האבן בשעתו געשאטן פעק און שוועבל אויף - 209 -