ז*י אלונלסט ן או ן יידיש ן לאנד... קע ן מע ן דערגרונטעווע ן א יידישע נשטה... ווען ד י גויי ם האב ן דערזע ן אונז, ד י פא ר נישטיק ע אויסגע - שעפטע פארבליבענ ע יידן, האב ן זי י זי ד איבערגעצלמ ט או ן התפע - לותדיק געפרעגט, וו י מי ד וואלט ן אויפגעשטאנע ן תחית־המתים: "קאכאני באזשע, אי ר לעב ט נאד?". "זע ט אויס, א ז ד י פא ר ייד ן זענען אוי ר געווע ן איבערי ק אי ן זייער ע אויג ן או ן זי י האב ן געוואל ט פטור ווער ן פו ן אונז, וו י אמשנעלסטן, ווארי ם אזו י וויי ט אי ז דער ־ גאנגען ד י אנגעזאמלט ע שנא ה צ ו יידן, ווא ט אי ז געוואר ן געפריי - דיקט, שע ה איי ן שע ה אויס, דורכ ץ אב י אבו ת הטומאה. לאנג הא ט ע ם ניש ט געדויער ט או ן מי ר האב ן געפיל ס ד י רע - זולטאטן פו ן דע ר דאזיקע ר שנאה, או ן זי י האב ן אונ ז געדינ ט פא ר אן התרא ה: צווי י יידישע בחורי ם פו ן טשעלאדז / וועלכ ע האב ן זי ך בדרך נ ס געראטעווע ט פו ן ד י נאציש ע פארטיליקונגס־לאגערן, שטייענדיק ממ ש אויפ ן ראנ ד פונ ם טויט, דע ר זו ן פו ן יאסעל ע גראם ־ מאן או ן דע ר זו ן פוגע ם בעקע ר געלבהארט, זענע ן דערמארדע ט גע ־ ווארן דור ך פאליאקן. בענדין אי ז פארוואנדל ט געוואר ן אי ן א ן עיר־המתים, אי ן א גרויסן בית־הקברות, ניש ט איבערלאזענדי ק קיי ן שפו ר 'פו ן דע ר יידישער רומפולע ר טראדיצי ע פו ן דורות־לאנג. דע ר גור ל הא ט גע ־
וואלט, אז אויך די שוכני עפר זאלן נישט האבן קיין מנוחה, ווייל די בתי־הקברות זענען חרוב געווארן און די ביינער — פאראקערט. דער בית־החיים אויף דער זאוואלע־גאס איז איינגעלייגט גע־ ווארן לגמרי, און מיט די מצבות האט מען געפלאסטערט טראטוארן. פונם בית־עלמין ביי דער סטאציע האט מען ארויסגעריסן די מצבות און געגראבן שטיינער, פארנוצנדיק זיי פאר קאלך, ווייל גאנץ נאענט געפינט זיך דער קאלך־אויוון, וואט האט פאר דער מלחמה אנגע־ הערט צום ה׳ פישל זיגרייד פון זאמבקאוויץ (היינט אין ישראל). דאס לעצטע "גוטע ארט" אויף טשעלאדז איז געשענדעט גע־ ווארן לחלוטין. פארן קריג האט דער באקאנטער בענדינער נדבן יעקב גוטמאן געלאזט דארט אויפבויען א צוים, א ציגל־מויער פון דער הויפטזייט און א האלץ־צוימען פון די אנדערע דריי — האבן עם קריטטן איינגעלייגט און פארנוצט פארן אייגענעם געברויך. די מצבות ווערן צעטראגן, קברים ווערן אויפגעגראבן, זוכענדיק ביי די מתים גאלדענע ציין. כ׳האב דאס אליין געזען.
בענדין ציילט היינט־צו־טאג א מנין יידן פון וועלכע בלויז אייניקע זענען פון די אלט־איינגעזעסענע און דארט געבוירענע. מיר האבן זיך ארומגעקוקט אויף וואס פאר א וועלט מיר זענען און האבן איינגעזען באשיינפערלעך, אז מיר מוזן פארלאזן פוילן. אייניקע האבן אויסגעוואנדערט מעביר לים אנדערע האבן געפונען זייער חיים אין ישראל. סאטל גאלו־ / דער בענדינער פליטים־קאמיטעט פאר ארניסגעטריבענע יידן פ1ן דייטשלאנד 4ן> ען דער היימישער און אימפארטירטער דייטשער אנטיטעמיטיזם 11 האט שטארק געבושעוועט, אין 1938, אין סאנאציע־פוילן, איז די יידישע באפעלקערונג אויפגעציטערט געווארן פון אן אומגלויב־ לעכער ידיעה, — אז פוילישע יידן, וואס האבן זיך באזעצט אין דייטשלאנד, זענען אויף א גרויזאמען אויפן ארויטגעיאגט געווארן פון דייטשלאנד אויפן דער פוילישער גרענעץ, געטריבן דורך אויפ־ געהעצטע הינט און אפילו שיסנדיק אויף זיי. די ידיעה האט גע־ מאכט א פיינלעכן רושם אפילו אויף דער פוילישער שלעזישער בא־ פעלקערונג, וואס האט ארויסגעוויזן א סך מיטלייד מיט די אומגליק־ לעכע יידן און זי י געקומען צו הילף אויף פארשידענע אופנים.
נישט קענענדיק דאמאלט די היטלער־מעטאדן, האט קיינער נישט געקענט באגרייפן, אז די אויסזידלונג פון פוילישע יידן, וועלכע האבן לאנגע יארן געלעבט אין דייטשלאנד זאל אדורכגעפירט ווערן מיט אזא וואוט און פארנעם, און נישט רעכנענדיק זיך מיט דער גע־ זעלשאפטלעכער מיינונג. ווען די דאזיקע ידיעה איז דערגאנגען אין אונזער שטאט, איז לויט דער איניציאטיוו פונעם קהלה־טעקרעטאר י. פרילעך, צע־ נויפגערופן געווארן א זיצונג פון עלטערע עסקנים צו באהאנדלען די פראגע. ס׳איז געשאפן געווארן אן ארגאניזיר־ און א פרויעך קאמיטעט מיט דער פרוי פאראדיסטאל בראש, מיטן צוועק צו באזארגן די אנגעקומענע פליטים מיט פארשידענע באדערפנישן: שפייז־פראדוקטן, מלבושים, בעטצייג און אפילו מיט דירות. דידאזיקע זאמעל־אקציע איז אדורכגעפירט געווארן טטיכיש, אן יעדע פרא־ פאגאנדע, ווייל די בענדינער פרויען, צו זייער גרויסן רום, האבן בייגעטראגן אלץ וואס איז געווען נויטיק, מיט פיל ווילן און הארץ. אין דער צווישנצייט וואקסן די פליטים־מחנות אלץ מער און מער, און ט׳זענען שוין דערגאנגען ידיעות, אז במשך פון צוויי טעג זענען דורך די אויבער־שלעזישע גרענעצן, לרוב דורך ראדזיאנקא, פארטריבן געווארן א דריי טויזנט משפחות, און דורך דער זבאג־ שינער גרענעץ — א צוואנציג טויזנט מענטשן, בערך.
אויך אין דער שכנותדיקער שטאט קאטאוויץ איז געשאפן גע־ ווארן א הילפס־קאמיטעט, וועלכער האט צוגלייך מיט בענדי געטאן אלעס מעגלעכע, כדי צו פארלייכטערן דעם מצב פון די ליידנדיקע יידן. אויף אן אספה וואט איז פארגעקומען אין בענדי מוצאי־שבת, 29.10.1938, צו וועלכער ט׳איז געקומען אן יעדער אגיטאציע א גרוי־ סערע עולם פון אלע שיכטן, זענען געווארן ברייט באהאנדלט די וועגן און מעטאדן פון אונזער הילפס־אקציע. ט׳איז געוויילט געווארן א סטאבילער קאמיטעט מיט ה׳ פירטטענבערג אלט פרעזעס, יצחק ו ו י ג א ד ז ק י (וויצע־פרעזעס), מארקוס ג ע ר ט נ ע ר (סעק־ רעטאר), ישראל גאטהייל (קאטירער), בנימין ג ר ויב א רד, פדוי פאראדיטטאל (אלע טראגיש אומגעקומען), אברהם ל י־ ו וער (איצט אין אמעריקע) און מאטל ג א ל ד (צווייטער וויצע־ פדעזעס), וועלכער איז לעצטנס געקומען מיט זיין משפחה פון רוט־ לאגד קיין ישראל. איך בין דעלעגירט געווארן קיין זבאנשין צו העלפן די דאר־ טיקע פליטים און אין דער ארבעט פון "דזשאינט". זייענדיק דארט א צייט האב איך געשילדערט אין א באריכטס־קארעספאנדענץ פון זבאנשין אין דער "זאגלעמביער צייטונג", פאלגענדעם; "דאם קליינע שטעטל זבאנשין איז פארוואנדלט געווארן א ץ א גרויסן לאגער פון פליטים, וועלכע זענען "איינגעארדענט" גע־ ווארן אין פערדשטאלן פון די פריערדיקע דייטשע פריצים. די פא־ - 210 -