Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 21
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1243

אין זעלב ן פנק ס ווער ט א וי ו דערמאנט, א ז אי ן יא ר 1831 זענע ן אין בענדין, במש ך פו ן 2 וואכן, אומגעקומע ן העכע ר 100 יידיש ע נפשו ת פון א מגפה, ווא ט הא ט דעמאל ט געהערשט, וו י אוי ך צוליב ן אויפשטאנ ד אין יענע ם יאר. נאך ר ׳ נחו ם רוזאני ם אי ז געווען, אי ן מש ך פו ן א קורצע ר ציי ט רב אי ן בענדין, ר ׳ אברה ם היר ש רוזאניס. דע ר דאזיקע ר ר ב אי ז צולי ב אומבאוווסטע סיבו ת גערודפ ט געוואר ן דור ך א טיי ל בעלי־בתי ם או ן איז צו ם סו ף פארטריב ן געוואר ן פו ן דע ר שטאט. שפעטער אי ז געווע ן בענדינע ר ר ב ר ׳ בערי ש הערציגער. מי ר טרעפן זיי ן אונטערשריפ ט אי ן פנק ס פו ן דע ר חבר ה "הכנס ת כלה" וועלכע אי ז געגרינדע ט געוואר ן אי ן יא ר תר״ ב (1842). דער ר ב הערציגע ר אי ז נפט ר געוואר ן אי ן כ״ ה שב ט תר״ ו (פעברואר 1846) או ן אי ז געבראכ ט געוואר ן צ ו קבור ה אויפ ן בית־עול ם אונטערן שלאס־בארג. אוי ף זיי ן קב ר אי ז אויפגעשטעל ט געוואר ן אן אהל. אין יא ר תקצ״ ט (1839) אי ז אי ן בענדי ן געבויר ן געוואר ן דע ר בארימטער גאו ן או ן גרינדע ר פו ן דע ר סאכאטשעווע ר דינאסטיע, ר׳ אברהמעל ע בארנשטיין. ר׳אי ז געווע ן א זו ן פונ ם ביאלע ר ר ב ר׳ זא ב וואל ף או ן א ן איידע ם פונ ם קאצקע ר רבי ן ר ׳ מענדעלע. רע ם סאכאטשעווער רבינ ס מוטער, דאבריש, אי ז געווע ן א טאכטע ר פונ ם היגן תוש ב ר ׳ מרדכ י הער ש ערליך .

passage_a825a6a39cbb3539ff0abbba
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1245-2595

אין דער צייט פונעם ווארשעווער פירשטנטום (1807—1813) זענען די יידן אין פוילן געווען באגרענעצט אין זייער פאליטיש און בירגערלעכן רעכט. ס׳איז געבליבן אין קראפט אן אלט פרייסיש געזעץ, וואס האט פארווערט יעדן ייד חתונה צו האבן אן א ספעציעלער דערלויב׳ בעניש פון דער מאכט. א ייד, וועלכער האט געוואלט חתונה האבן, האט געמוזט, לויטן דערמאנטן געזעץ, באזיצן א קאפיטאל פון טויזנט טאלער, ער האט געמוזט אלט זיין 25 יאר און דערביי אט דער חתונה־קאנדידאט מחויב געווען צו באווייזן, אז זיין פאטער און זיידע זענען געווען תושבים אין זיין געבורט־שטאט. ווען פוילן איז נאך ווינער קאנגרעס (1815) איבערגעגאנגען אין די צארישע הענט, איז אין יאר 1823 ארויס א געזעץ, לויט וועלכן קיין פרעמדע צוגערייזטע יידן האבן זיך נישט געטארט באזעצן אין בענדין אן א ספעציעלער דערלויבעניש פון דער צענטראלער־מאכט צוליב דעם, וואס די שטאט האט זיך געפונען אינם 21 וויארסטיקן גרענעץ־פאס. יידן האבן זיך דעריבער געמוזט באזעצן אין דער געגנט אתם בענדין, וואס איז געווען ווייטער פון 21 וויארסט פון דער דייטשער אדער עסטרייכישער גרענעץ. צוליב דעם שווער געזעץ, האבן אין יענער צייט געהערט צו דער בענדינער קהילה די דערפער: שיעלצע, מאנדזשעוו, לאגישע, גזשיכאוו, שעווער, סטשעמיעשיץ, סלאווקאוו א״א. בענדין האט דעמאלט געציילט 2440 יידן און 1780 קריסטן.

passage_7123002625789c658e0a48a9
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2597-3857

דאם דערמאנטע געזעץ איז אפגעשאפט געווארן דורכן צאר אלעקסאנדער ו! . אין יאר 1867 איז בענדי ן געווארן א פאוויאט־שטאט, וועלכע איז צוגעטיילט געווארן צו דער פיעטריקאווער גובערניע, ביז דעמאלט האט די שטאט געהערט צום אלקושער פאוויאט און צו דער די סטאטיסטיק פון יאר 1880 האט אויפגעוויזן, אז אין בענדי ן האבן זיך געפונען 5424 איינוווינער, דערפון 3800 יידן . ביים היינטיקן טאג ציילט בענדי ן מיט דער אומגעגנט אן ערך פון 50x100 איינוווינער, דערפון צירקא 24,000 יידן7 . 7. 1932 (באט. פדן רעדאקציע) . /11 די בענדינער קהלה אין די יארן 1850—1914 . דער רב ר׳ חיים דוד לאנגפוס. — דאס בית־המדרש. — דער קהלה׳ בודזשעט אין יאר 1854. — דער עטאט אין יאר 1855. — די דאזארעס אין יאר 1848. — די מסירה אויף די דאזארעם. — א פראצעס קעגן דער ״חברה קדישא״. — די פארשידענע קאנדידאטן אויפן בענדינער כסא הרבנות. — ר׳ איטשעלע קימעלמאן אלס בענדינער רב. — די דאזארעס אין יענער צייט. — די שנעלע אנטוויקלונג פון בענדי ן און די צאל יידן אין יאר 1897. — די פטירה פון ר׳ איטשעלע קימעלמאן. — ר׳ ישכר בעריש גרויבארט ווערט אויפגענומען אלס רב אין בענדי ן. — די דאזארעס אין יענעם צייט. — הרב גרויבארט אלס בארימטע רבנישע אויטאריטעט און געזעלשאפטלעכע! עסקן. —

passage_e54660d68d67bd94815c0b1d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3859-5156

ר׳ ישכר בעריש ווערט דעלגסגירט צום פעטערבורגער רבנים צוזא- מענפאר. — דער בענדינער רב פאדערט א בילדונגס־צענטער פאר רבנים. — די אינטערווענץ מצד גער. — כאראקטעריסטיק פון הרב גרויבארט. — ר׳ ישכר בעריש אלס מיטגרינדער פון פארשידענע געזעלשאפטלעכע אינסטיטוציעס. — די פטירה פון רב. — די רבנות וואלן אין דעצעמבער 1913. — די 2 קאנדידאטן און דער רעזולטאט פון די וואלן. — דער פיעטריקאווער גובערנאטאר איז מבטל די וואלן. — די צווייטע וואלן און דער דריטער קאנדידאט. — הרב יקותיאל זלמן גרויבארט ווערט אויסגעוויילט אלס בעונדינער רב. אין יאר 1850 איז אלס בענדינער רב אויסגעוויילט געווארן דער שעראדזער רב ר׳ חיים דוד לאנגפוס׳ פאר וועלכן ס׳איז באשטימט געווארן א יערלעכע פענסיע פון 180 רובל אחוץ פרייע דירה און אנדערע רבנישע הכנסות. דער רב לאנגפוס האט פארנומען דאס בענדינער כסא הרבנות אין משך פון 14 יאר. ער איז נפטר געווארן דעם 10־טן דעצעמבער 1864 אין עלטער פון 60 יאר און איז געבראכט געווארן צו קבורה אויפן ביודעולם אונטערן שלאס־בארג. אין דער צייט פון הרב לאנגפוס איז אויפגעבויט געווארן דאס נייע בית־המדרש (1859), וואס האט אפגעקאסט א ן ערך פון 2500 רובל. דער פלאץ ווו ס׳געפינט זיך דאס בית־המדרש האט געהערט צו וואלף פעלדמאן, וועלכער האט אים געשאנקט דער קהלה.

passage_3540a4321909445486b208dd
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 5158-6433

דאס פריערדיקע בית־המדרש איז געווען פיל קלענער פונם היינטיקן און האט זיך געפונען הארט נעבן דער מזרח־וואנט פון דער הילצערנער שול. דער גאנצער קהלה־בודזשעט פארן יאר 1854 האט באטראפן 672 רובל. א טייל פונעם בודזשעט האבן געדעקט די הכנסות פון דער מקוד. און פון אנדערע קוועלן, ווי צב״ש פונעם הויז נומ׳ 120 אויפן יידן־גאס (שול־גאם), וואס איז פארשריבן געווארן דורך דעם בענ־ דינער קצב הערשל קשאנאווסקי לטובת דער קהלה. קשאנאווסקי האט אויך געשאנקען פאר דער שול א ספר תורה מיטן באדינג, אז מ׳זאל האלטן זיין יארצייט. מיטן איבריקן טייל פונעם בודזשעט זענען באלאס־ טעט געווארן די בעלי־בתים פונעם גליל. דער גאנצער ענטאט פון יאר 1855 האט באטראפן 495 רובל. עס זענען דעמאלט געווען אין בענדי 374 רעגיסטרירטע עטאט־צאלער, פון וועלכע ס׳האבן נאר געצאלט 209 בעלי־בתים, די איבריקע זענען דיסקוואליפיצירט געווארן אלם ארימע. אין יאר 1848 זענען אין בענדי אויסגעוויילט געווארן פאלגנדיקע דאזארעס: אייזיק ביאלער, אהרן נונבערג, הערשל לאנדנער, בענדער פישל און עובדיה שאנצער. אין יאר 1856 האט א געוויסער לייב פאטאק אריינגעטראגן אן אנקלאגע צום ראדאמער גובערנאטאר, אז די דאזארעס הערשל לאנד־ נער, בענדער פישל און עובדיה שאנצער נעמען צו פאר זיך פת שידענע געלטער. 17

passage_c30cb43682f3038b4c9bddde