ס׳איז געקומען צו אן אויספארשונג, וועלכע האט פעסטגעשטעלט, אז די אנקלאגע פון לייב פאטאק איז א בייזוויליקע. פאטאק איז צוליב דעם צוגעצויגן געווארן צו פאראנטווארטלעכקייט פאר בייז־ וויליקע רכילות און פאלשער באשולדיקוגג. ראם האט נישט געשטערט לייב פאטאקן׳ אז ער זאל אין יאר 1859 אויסגעוויילט ווערן אלם דאזאר. א זייער כאראקטעריסטישער פרצעם איז פארגעקומען אין בענדין׳ אין די יארן 55/1854, קעגן דער "חברה קדישא". די געשיכטע שטעלט זיך אזוי פאר: א ברעסלע ראיד, מיטן נאמען יעקב רייכמאן, האט זיך אין אויגוסט 1853 געבאדן אין גזשיכאווער טייער און איז דערטרונקען געווארן. ווען מ׳האט געברענגט דעם מת קיין בענדין האט אים די "חברה קדישא" געלאזט ליגן ביז זי האט באקומען פונם דערטרונק־ קענעמס איידעם 130 רייכסטאלער. דאס געלד האט צוגענומען הענדל ערליך און דער בר מינן איז געבראכט געווארן צו קבר־ישראל. האט דאס פארדראסן די שטאט און מ׳האט די גאנצע "חברה קדישא" פארמסרט פאר דער מאכט און ס׳איז קעגן די גבאים פאר־ פירט געווארן אן אויספארשונג (1854). הענדל ערליך איז שטרענג אויפגעפאדערט געווארן בייצולייגן דאס געלט, וואס האט באטראפן 17 רובל, אץ דער מלוכה־קאסע.
דער ראדאמער גובערנאטאר האט פארארדנט דעם אלקושער פאוויאטאווער נאטשעלניק אריינצושטעלן צו הענדל ערליך א מילי* טערישע עקזעקוציע אויף זיינע קאסטן און זי זאל דארט אזוי לאנג פארבלייבן, ביז ערליך וועט צוריקגעבן דעם קבורה־געלט. דער בענדינער בורמיסטש, צו וועלכן דער נאטשעלניק האט זיך געווענדעט וועגן אויספירן דעם באפעל, האט זיך אבער נישט צוגע־ איילט מיט דער עקזעקוציע׳ וועלנדיק איבערווארטן דעם רעזולטאט פון דער אויספארשונג, וואס איז געפירט געווארן דורך 2 אינסטאנצן, דורך דער אדמיניסטראטיווער און געריכטס־מאכט. דעם 28־טן יאנואר 1855 איז פארגעקומען דער פראצעס קעגן די אויבן דערמאנטע גבאים פון דער "חברה קדישא", אינעם אזוי גערופענעם "איינפאכן פאליציי געריכט" אין אלקוש און די גבאים! זענען באפרייט געווארן, צוליב מאנגל אין באווייזן. דער גובערנאטאר האט זיך אבער נישט גערעכגט מיטן פסק פון געריכט און האט באפוילן אומבאדינגט צו צווינגען הענדל ערליך, דורך א מיליטערישע עקזעקוציע, צוריקצוצאלן דעם קבורה־געלט. ער האט אויך געמאכט א שטרענגער פארווורף דעם בורמיסטש פאר פארנאכלעסיקן די עקזעקוציעס אץ געמאכט אים פאראנטווארטלעך פאר די קאנסעקווענצן. אינצווישן צייט איז הענדל ערליך געשטארבן און דער בורמיסטש האט איינקווארטירט א מיליטערישע עקזעקוציע ביי זיין זון דוד ערליך.
האט זיך דוד ערליך אין24 אפריל1856 געווענדעט מיטא בקשה צום אלקושער נאטשעלניק וועגן באפרייען אים פון דער עקזעקוציע, פארשטעלנדיקא דאקומענט, ווו דעם דערטרונקענעמס איידעם ווענזל, באשטעטיקט, אז ער האט זיך גוטוויליק פארגלייכט מיט הענדל ערליך וועגן די130 רייכסטאלער קבורה־געלט. אויסער דעם, האט דוד ערליך צוגעשטעלטא רעכענונג, וואס ער האט געפונען נאך זיין פאטערם טויט, ווו ס׳איז געווען אויס* גערעכנט אלע הוצאות פון דער לויה און קבורה פונם פארשטארבענעם רייכמאן. און באווייזנדיק מיט די דאזיקע דאקומענטן׳ אז זיין פאטער האט דאם גאנצע געלט, וואס ר׳האט באקומען פון פארשטארבענעמס איידעם אויסגעגעבן לצרכי המת, האט דער נאטשעלניק פראלאנגירט די עקזעקוציע ביז ס׳וועט אנקומען אן אויפקלערונג וועגן דעם גאנצן ענין. ערשט אין אויגוסט1856 האט דער בורמיסטש געגעבן אן ענטפער דעם נאטשעלניק׳ אז הענדל ערליך האט געהאט דאס פולע רעכט צו פארווענדן דאס קבורה־געלט לויט זיין איינזען, ווייל ווענזל האט דאם אים שריפטליך דערלויבט. וואם ס׳איז ווייטער געווארן מיט דעם עניו אין דער אדמיניס־ טראטיווער־מאכט, איז נישט באקאנט. ווארשיינלעך איז די מיליטע־ רישע עקזעקוציע צוריקגעצויגן געווארן צוליב דער קרוינונג־ אמנעסטיע פון אלעקסאנדער 11. די גרויסע שול אין יאר1910 בית הכנסת הגדול בשנת1910 18-