Original scan
Original memorial-book scan 23
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1213

נאך דער פטירה פון הרב לאנגפוס האט די בענרינער קהלה נישט בדעה געהאט אויפצונעמען א נייעס רב, צוליב דעם, וואט זי האט נישט געהאט קיין מיטלען דערויף. די קהלה האט געבעט ביי דער מאכט, אז זי זאל דערלויבן צו פארטרעטן דעם פארשטארבענעם רב, דעם דיין ר׳ דוד שלעזינגער׳ וועלכער איז שוין געווען בעב־ דינער מורה הוראה זייט 1849. דער ראדאמער גובערנאטאר האט אבער בשום אופן נישט געוואלט מסכים זיין, אז דער דיין שלעזינגער זאל פארטרעטן דעם רב און ר׳האט דרינגענד אויפגעפאדערט די בענדינער קהלה, אז זי זאל במשך פון א קוצר צייט פארשטעלן א קאנדידאט פארן בענדינער כסא הרבנות. האט די בענדינער קהלה, אין יאר 1865, פארגעשטעלט אלס קאנדידאט דעם שטשעקאטשינער רב ר׳ מאיר ענגלארד, וועלכער האט זיך זייט א געוויסער צייט געפונען אין בענדין. אינצווישן איז הרב ענגלארד צוריקגעפארן קיץ שטשעקאטשין, כדי צו דערליידיקן זיינע פריוואטע ענינים און ר׳איז דארט נפט געווארן. איז ווידער דורך דער קהלה פארגעשטעלט געווארן אלם קאג־ דידאט דער פיעטריקאווער מורה הוראה ר׳ איטשעלע קימעלמאן, וועלכער האט אין 1866 איבערגענומען דאס בענדינער כסא הרבנות מיט 360 רובל א פענסיע, אחוץ פרייע וווינונג און אנדערע הכנסות.

passage_7cc17ecedb82c570212fd0e6
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1215-2567

אין דער צייט פון ר׳ איטשעלען זענען אין בענדן געווען פאלגנדיקע דאזארעס: אלעזר רינסקי, מרדכי פלעסנער, משה להער־ מאן און בעריש שטאטלער. דעמאלט האט זיך בענדן אנגעהויבן שטארק צו אנטוויקלען, א דאנק דער פארגרעסערטער קוילן־פראדוקציע און אייזן־אינדום־ טריע, וואס האט גורם געווען צו א גרויסער שפע פון פרנסה פאר אלע איינוווינער פון דער גאנצער אומגעגענט. די באפעלקערונג אין בענדין האט זיך שטארק פארגרעסערט און באטראפן אין יאר 1897 צירקא 24 טויזנט, דערפון 11 טויזנט יידן, ד״ה העכער 45% פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג. הרב קימעלמאן איז נפטר געווארן דעם 30־טן יוני 1893. נאך ר׳ איטשעלעס פטירה איז אלס צייטווייליקער ממלא מקום באשטימט געווארן דער מורה הוראה ר׳ יהושעלע טעלנער. דעם 2*טן סעפטעמבער 1893 האבן אן ערך פון 300 בעלי־בתים, וואס האבן דעמאלט רעפרעזענטירט די שטאט, אויסגעקליבן אלס רב דעם — זייט 1887 — שעדלעצער רב ר׳ ישכר בעריש גרויבארט. די קהילה האט זיך מתחייב געווען צו צאלן דעם רב א יערלעכע פענסיע פון 1500 רובל, אויסער דעם 800 רובל אויף איבערציען זיך פון שעדלעץ קיין בעגנדין און נאך 400 רובל פאר א מורה הוראה אין סאסנאוויץ, וואס איז דעמאלט פארעכנט געווארן אלס דארף, און האט געהערט צום בענדינער גליל. אין דעצעמבער 1893 האט הרב ר׳ ישכר בעריש גרויבארט איבערגענומען דאס בענדינער כסא הרבנות.

passage_fff1f93d1499c0ca9ab51f92
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2569-3164

אין די צייטן פץ הרב גרויבארט זענען געווען פאלגנדיקע דאזא־ רעס: בעריש שטאטלער, ראובן ליווער, יהושע לייב וויינגארט, אברהמעלע טראפויער און ישעיה ראטנער. הרב גרויבארט איז פארעכנט געווארן צו די אנגעזעענסטע רבנים אין פוילן. זיין נאמען איז געווען בארימט ווייט אויסער די גרענעצן. פון לאנד. באקאנט אין דער רבנישער וועלט אלס גאון און בקי, ווענדן זיך צו אים מיט שאלות, רבנים פון גאנצן לאנד און אויך פון אויס־ לאנד. א גרויסער טייל פון זיינע תשובות איז אפגעדרוקט אין א באזונדער ספר: שו״ת "דברי יששכר". 8. 1936 (באמ. ס׳ רעדאקציע).

passage_57e47de9f1a068cbf7fe5248
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3166-4456

הרב גרויבארט האט ארויסגעוויזן גרויס רירעוודיקייט און פארשטענדניש פאר געזעלשאפטלעכע פראגן. מען באגעגנט זיין נאמען ביי כמעט יעדער וויכטיקער כלל־טוער פארזאמלונג אדער רבנים־ אסיפה. זייער אפט קומען די אסיפות פאר לויט זיין איניציאטיוו און אונטער זיין פארזיץ (פיעטריקאוו 1909, ווארשע 1910 א״א). ביי דעם פעטערבורגער רבנים־צוזאמענפאר, וועלכן דער צארישער פרעמיער און צורר היהודים סטאליפין האט אין 1910 צוזאמענגערופן פון גאנץ רוסלאנד, כלומרשט אויף צו רעפארמיר דאם יידישע לעבן, האט הרב גרויבארט — אלם איינער פון די 5 דעלעגאטן פון גאנץ פוילן — גענומען אן אקטיוון אנטייל. ער איז אויך געווען פארזיצער אין פארשידענע קאמיסיעם. ס׳איז אינטערעסאנט זיין וועלטלעכע אנשויאונג און שטעלונג צו די דארט באהאנדלטע ענינים. אזוי למשל האט הרב גרויבארט באזונדערס זיך איינגעשטעלט דערפאר, אז רבנים זאלן מוזן באזיצן א געוויסן בילדונגם־צענז, הגם פון פארשידענע זייטן, ובתוכם פון סאמע גער, האט מען געפרוווט צו ווירקן אויפן רב, טעלע־ גראפירנדיק צו אים קיץ פעטערבורג — אז ער זאל שטימען דאקעגן. ר׳ ישכר בעריש האט אבער מאטיווירט זיין שטעלונג מיט דעם, וואס ס׳איז א פחיתודהכבוד פאר א רב, דאס ער זאל מוזן אנקומען צו אן איבערזעצער בעת ער דארף פארטיידיקן דעם דת אדער דאס פאלק.

passage_99a9eee8302fecacb2724fdb
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4458-5793

הרב גרויבארט איז טראץ זיין רבנישער אויטאריטעט, לגמרי נישט געווען קיין פאנאטיקער. ר׳איז געווען א מענטש מיט א שטארקער אינטעליגענץ און גלייכצייטיק מיט אן אויסערלעך אימפאזאנט אויסזען. צוליב דעם, וואס ר׳איז אויך געווען א נוח לבריות, האט ער זיך דערווארבן א גרויסע פאפולאריטעט, סיי ביי יידן און סיי ביי קריסטן, וועלכע זענען אפט געקומען צו אים דין תורות האלטן. אין אונזער שטאט איז דער רב געווען איינער פון די ערשטע מיטגרינדער פון פארשידענע פילאנטראפישע און רעליגיעזע אינסטי־ טוציעס ווי: לינת החולים, לינת הצדק, מלביש ערומים, חברה עירובין א״א. הרב גרויבארט איז נפט געווארן אין ברעסלע דעם 12טן דעצעמבער 1913. ער איז געבראכט געווארן צו קבורה אין בענדי און אויף זיין קבר איז אויפגעשטעלט געווארן אייף אוהל. דעם 30טן דעצעמבער 1913 זענען אין בענדי פארגעקומען רבנות־וואלן. ס׳האבן פיגורירט 2 קאנדידאטן: ר׳יקותיאל זלמן גרויבארט׳ א זץ פון פארשטארבענעם בענדינער רב ר' ישכר בעריש און דער ווישעגראדער רב בארנשטיין, וועלכער איז געשטיצט געווארן דורך די סאכאטשאווער חסידים. פון די 1062 וויילער האבן געשטימט 707. פץ די דאזיקע שטימען האט הרב גרויבארט באקומען 478 און הרב בארנשטיין 229. אזוי ארום איז ר׳יקותיאל זלמן מיט א גרויסער מערהייט שטימען אויס־ געוויילט געווארן אלס בענדינער רב.

passage_5a76653f742a2599bea81ec2
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5795-6448

צוליב א פראטעס ט פון צד שכנגד, אז דער גיי־אויסגעוויילטער רב איז נאך מינדעריעריק׳, האט דער פיעטריקאווער גובערנאטאר מבטל געמאכט די וואלן און באשטימט פרישע אויפן 20־טן יוני 1914. ביי די צווייטע וואלן האבן קאנדידירט, אויסער דעם ווישעגרא־ דער רב און הרב גרויבארט, אויך דער מאנדזשעווער מורה־הוראה ענגלארד. אין רעזולטאט האט ווידער הרב ר׳ יקותיאל זלמן גרויבארט באקומען א גרויסע מערהייט, און איז באשטעטיקט געווארן אלס בענדינער רב. הרב גרויבארט האט פארנומען דאס בענדינער כסא־הרבנות ביז סעפטעמבער 1920. שפעטע ר איז ער אפגעפארן קיין אמעריקע און ביים היינטיקן טאג איז ער רב אין ברוקלין". 19

passage_49ad622b1b29b0ccc8853a9b