Original scan
Original memorial-book scan 25
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1108

עסקנים: ישראל משה וויינריב, בערי שטענצער (סאסנאוויץ), א. ק. ליווער און טעוו ל קליינמאן (בענדין). ס׳איז באשלאסן געווארן, אז קליינמאן זאל זיך שטעלן אין קאנטאקט מיט די שמוגלער, וועלכע זאלן׳ פאר א באשטימטן פרייז, באזארגן די ליטעראטור קיין בענדין. א. ק. ליווער ס אויפגאבע איז געווען צו באזארגן די טראנספארטן קיין רוסלאנד, לויט די אנגעגעבענע אדרעסן פון קעלן . די ציוניסטישע ליטעראטור איז צוגעשיקט געווארן דורכן הויפט־ ביורא פון יידישן נאציאנאל־פאנד אין קעלן, אויף דער אדרעס פונעם קאטאוויצער ציוניסטישן עסקן, אדוואקאט ד״ר ווייסמאן (וווינט הייגט אין בויטן3 * * * * * 9 און פון דארט זענען די טראנספארטן אדורכגעשמוגלט געווארן קיין בענדין. אויף אזא אופן זענען במשך פון 2 יאר ארויסגעשיקט געווארן קיין רוסלאנד פת דער זאמבקאוויצער פאסט, דורך דער פארמיטלונג פון א. ק. ליווער, טויזנטער פאקעט ן מיט ציוניסטישער ליטעראטור. שפעטער, ווען די ארבעט איז שטארק קאמפליצירט געווארן, האט די נאציאנאל־פאנד־צענטראלע אין קעלן אליין געמאכט די פאסט־ פאקעטן, זיי אדרעסירט און אלס אפזענדע ר אויפגעגעבן א. ק. ליווערן.

passage_313e57fa987c2a4df438931d
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1110-2460

איןיאר 1914 איז אויף דער גרענעץ אין טשעלאדזש אנטדעקט געווארן א טראנספארט מיט אזעלכע פארטיקע פאקעטן. אזוי ווי אויף די פאקעטלעך האט פיגורירט אלס אפזענדיר א. ק. ליווער, האט די רוסישע זשאנדארמעריע אנגעהויבן צו זוכן ליווערן, וועלכער האט זיך אינצווישן אויסבאהאלטן. צוליב דעם, וואס אין א קורצער צייט נאד דעם פארפאל איז אויסגעבראכן די וועלט־מלחמה, איז צו קיין פראצעם נישט דערגאנגען. די ערשטע "חיבת ציון" קאנפערענץ איז פארגעקומען אין קאטאוויץ, אין י״ח חשון תרמ״ה (נאוועמבער 1884). אין כ״ח חשון תר״ע (נאוועמבער 1909) איז אין קאטאוויץ פארגעקומען די 25 יעריקע יוביליי־קאנפערענץ, אין וועלכער ס׳האבן זיך אויך באטייליקט דעלעגאטן פון זאלגעמביע. 2. מזרחיסטן. די ערשטע רעליגיעזע ציוניסטן און זייער טעטיקייט. — דער "מזרחי״־עסקן הרב י. ניסנבוים קומט קיין בענדער אין יאר 1899. — זיינעו איינדריקן. — הרב ניסנבוים מיט בנורי שפרעגער ביים רב ר׳ ישכר בעריש גרויבארדט וועגן א דערלויסשניש צו האלטן א דרשה. — די דעמאלסדיקע "מזרחי״־טוער. שוין אין יאר 1898 האבן אין בענדער עקזיסטירט רעליגיעזע ציוניסטן, אבער ערשט אין יאר 1908 האבן זיי זיך גרופירט אין אן אייגענעם לאקאל. די מזרחיסטן האבן געפירט א קולטור טעטיקייט אין דער פארם פון "שעורי תלמוד". אחוץ דעם, האבן זיי קאנספיראטיוו אויך געפירט א ציוניסטיש־מזרחיסטישע ארבעט.

passage_b69a1c03a0ffabb63edc617b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2462-3767

אין זיין ווערק "עלי חלדי" שרייבט דער באקאנטער "מזרחי"־עסקן חרב יצחק ניסנבוים, אז ווען ר'איז אין ווינטער 1899 געקומען קיין בענדער, האט אים אויפן באן־סטאציע אפגעווארט א לאנג־געקליידעטער איד פון א יאר פערציק, אין א אידיש היטל און גלאנציקע שטיוול, וועלכער האט זיך פארגעשטעלט אלס בעריש פרעגער. דער מחבר דערציילט ווייטער, אז ווען ר'האט געגעסן ביי בעריש פרעגער האט ער באמערקט׳ אז זיין פדו און טאכטער זיצן נישט צוזאמען מיט די מענער. נאר אין א באזונדער חדר. ס׳איז פאר אים אויך מאדנע געווען די פראגע פון בעריש פרעגער, ווי אזוי א רב, א תלמיד חכם, דערלויבט זיך צו דאווענען אן גארטל. 9. 1936 (נאם. פת רעדאקציע). דער האנדל אויפן אלטן מארק מיט 75 יאר צוריק המסחר בשוק היש ן לפני 75 שנה לויט ווי ס׳שרייבט דער רב ניסנבוים, האט ער זי ו אין בענדי ן צום ערשטן מאל אין לעבן געפונען אין א סביבה פון ריין פוילישע אידן און דאס אלץ, וואס ר'האט געזען און געהערט איז פאר אים — דעם רוסישן איד — געווען אבסאלוט ניי. הרב ניסנבוים מיט בעריש פרעגער זענען אויך געגאנגען צום רב ר׳ ישכר בעריש גרויבארט wegen א דערלויבעניש צו האלטן א דרשה. הרב ניסנבוים שרייבט, אז דער רב גרויבארט איז געווען א פארבארגענער חובב ציון און ר'האט אים די דערלויבעניש גערנ געגעבן.

passage_c6d690e71ce41e782c9e8410
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3769-4903

צו די אנגעזעענסטע "מזרחי״־טוער האבן דעמאלט געהערט: בעריש פרעגער, ישעי הענדלערליך, בנימין יצחק שפירא, שלום קליינער, לייביש דימאנט, איסר הירשזאן, יעקב ניימארק, יחיאל נאפארטטעק און שלמה ראפאפארט. 3. די פועלי־ציון. די פ״צ ארגאניזאציע! אין יאר 1905 און איר טעטיקייט. — דער בענדינער דעלעגאט צו דער פ״צ קאנפמרענץ אין ווארשע. — דער דעלעוגאט י. ל. פיינער שטעלט צו דער דיספאזיציע 300 רובל לטובת דער שאפונג פון א פ״צ ארגאן. — פיינער "ספעציאליזירט" זיך אין אריבערשמוגלען סאציאליסטישע טוער קיין אויסלאנד. — דער צוזאמענשטטל פון ס בענדינער אויספיר־קאמיטעט. — דער ארעסט פון המרשל שטאטלער. — די ערשטע אקטיווע פ״צ־טוער. — די ערשטע גרופע ו בענדינער, וועלכע זענען אין 1906 געפארן קיין א״י. אין אנהויב 1905 טרעפט מען שוין אין בענדי א "פועלי־ציון" ארגאניזאציע׳ וועלכע האט געציילט א גרויסע צאל מיטגלידער. בעת דער אקטאבער רעוואלוציע פון דערמאנטן יאר זענען די פ״צ געווען שטארק אקטיוו, זיי האבן ארויסגעלאזט פארשידענע אויפרופן און דעמאנסטרירט אונטער אן אייגענער פאן. אלס דעלעגאט צו דער פ״צ קאנפערעגץ׳ וועלכע איז פארגעקומען 21

passage_2e50dfd4742fab949adaceb8