אין דעצעמבער 1905 אין ווארשע, שטרענג קאנספיראטיוו, איז אויס־ געוויילט געווארן יהודה לייב פיינער. דער בענדינער דעלעגאט האט אפגעגעבן א באריכט פון דער דארטיקער פ״צ גרופע. ס׳האט זיך ארויסגעוויזן, אז אחוץ א לעב־ האפטיקע אקטיוויטעט, וואס די גרופע האט געפירט, איז זי אויך געווען פינאנסיעל די שטארקסטע אין לאנד. בעת די קאסעס פון אנדערע ארגאניזאציעס זענען מייסטנס געווען פוסט אדער האבן פארמאגט מינימאלע סומעס, האט די בענדינער ארגאניזאציע דיס־ פאנירט מיט א סכום פון גאנצע 300 רובל. די דאזיקע סומע האט זי געשטעלט צו דיספאזיציע לטובת דעם פאנד צו שאפן א פ״צ ארגאן. פיינער האט זיך אויך "ספעציאליזירט" אין אריבערשמוגלע ן קיין אויסלאנד סאצ. טוען וועלכע זענען גערודפט געווארן מצד דער צארישער מאכט. אזוי צב״ש האט ער אין 1907 אריבערגעשמוגלט פאלגנדיקע פ״צ פירער: בער באראכאוו מיט זיין פרוי, בן צביען, יארבלומען, די פרוי פון יצחק טאבענקין און באשינען. אויסער דעם אויך א גאנצע ריי טוען פון אנדערע סאציאליסטישע גרופירונגען. דער אויספיר־קאמיטעט פון דער פ״צ ארגאניזאציע איז באשטא־
נען פון פאלגנדיקע 3 מיטגלידער: י. ל. פיינער, טעוול קליינמאן און הערשל שטאטלער. דער לעצטער איז, פאר פיר ן א רעוואלו־ ציאנערע טעטיקייט, ארגאניזירן שטרייקן און פארשפרייטן אומ־ לעגאלע ליטעראטוה ארעסטירט געווארן אין אקטאבער 1907 און איינגעזעצט געווארן אין סאסנאוויצער פאליציי־ארעסט. לויט א באפעל פון צארישן אינערן־מיניסטער, איז שטאטלער פארמשפט געווארן אויף א דרייאעריקער פארשיקונג אין דער ארכאנגעלסקער גובערגיע. די דערמאנטע שטראף איז אים שפעטע ר פארביטן געווארן אויף צו פארלאזן די גרענעצן פון רוסלאנד. צו די ערשטע אקטיווע פ״צ טוע ר דארף מען אויך צורעכענען פאלגנדיקע פערזאנען: הענריק וואלף, מנשה האמבורגער (געווען ארעסטירט 16 חדשים פאר פאליטישער טעטיקייט), מאיר נתן קליינ־ מאן, חיים פערעץ, משה ווייסלעה שמחה לוסטיק׳ משה און מרדכי שטיינפעלד, פרל' קורלאנד, מאיר צימבערקנאפ, אברהם מיעכאוועה אהרן שווייצער, בעלא שיינטאל, שרה לאה בלאט, קאראל שטאטלער (דעמאלט נאד א יינגער שילער), געשוויסטער האמפל און געשוויס־ טער שניידערמאן. די ערשטע גרופע בענדינעה וועלכע זענען אין 1906 געפארן קיין א״י איז באשטאנען פון: אליעזר האמפל, משה שטיינפעלד, די שוועסטער ן האמפל, אריה שווייצער, יוסף קאלוזשינסקי, די ברידער שלמה און דב שניידערמאן און מאיר נתן קליינמאן.
4. ס״ס 10 (ציוניסטן־סאציאליסטן), ס״ד (סאציאל־דעמאקראטן), "בונד". די ס״ס שאפן א פראפעסיאנעלן פאריין. — די אנגעזעענסטע ס״ס־טוער. — וואלטג״ר שאלץ ווערבירט צווישן דעם יידישן יוגנט מיטגלידער פאר ס״ד. — די אקטיווע ס״ד־טוער. — מיטגלידער פון "בונד" פירן אלעבהאפטיקע רעוואלוציאנערע טעטיקייט. — א יידישע זעלבסטשוץ. — דער קאמף מיט די ״וווילע יינגען׳. — די "בער זעם״. — דער אטענטאט אויף יאקוביקן. — די הריגה אין גערער שטיבל. אויך די ס״ס האבן דעמאלט געפירט א שטארקע טעטיקייט אין בענדין. א דאנק זיי איז געשאפן געווארן א פראפעסיאנעלער פאריין פון האנדלס־אנגעשטעלטע, מאלאזשעס און פורמאנעס. 10. דער נאמען ס״ס איז אנטשטאנען פון רוסישן "סיאניסטי סאציאליססי" אבער שפעטער האט זיך געבילדעט א באזונדערע גרופע פון סאציאליסטן טעריטאריאליסטן, וועלכע מ׳האט אויך גערופן ס״ס. צו די אנגעזעענסטע ס״ס־טוערס האבן געהערט: מאיר שווארץ, משה מערקין (פון סאסנאוויץ), אלטער טענענבוים, יאקוב און היימל שטאטלער, אדעלע ערליך, מאקס אראנאוויטש, הערמאן שטראכליץ, מאיר פאטאש, צעשע זמיגראד, ראמאן נונבערג, רעגינע פרעגער ארן ישראל דוד שייער (דער לעצטער איז געווען 3 יאר אויף פארשיקונג אין אסטראכאן).
א שטארקע גרופע האבן אויך געבילדעטן די ס״ד. דער ערשטער, וועלכער האט ווערבירט מיטגלידער צווישן דער יידישער יוגנט פאר די ס״ד איז געווען וואלטער שאלץ. צו די אקטיווע ס״ד־טוער האבן געהערט: אינזש. העגריק מייטעלעם, מאני שערלינג, דענטיסטין מאלעווא, ד״ר פיל׳ סאמעק וויינציהער, אירענע פרידע׳ אדעלע מאנדלקארן, מאטל טענענבוים, משה פוקסברוינער, בעל א סוקעניק, לייב ל אראנאו ו און משה פראכצווייג. דער "בונד", אלס ארגאניזאציע, האט נאך דעמאלט אין בענדי נישט עקזיסטירט. עס זענען אבער פאראן געווען איינצעלנע בוב־ דיסטן, וועלכע האבן געפירט א לעבהאפטיקע רעוואלוציאנערע טעטי־ קייט. זיי זענען געווען אקטיוו ביים ארגאניזירן שטרייקן און פאר־ שפרייטן אומלעגאלע ליטעראטור.
די יידישע סאציאליסטישע פארטייען האבן געפירט א שטארקע אַנטי־פאגראם אגיטאציע און האבן אויפ ארגאניזירט א זעלבסטשוץ . אין די געפערלעכסטע מאמענטן זענען באוואפנטע יינגעלייט גע־ שטאנען אויפ דער יואראץ אפגעהיטן די יידישע באפעלקערונג פון כוליגאנישע איבערפאלן . זיי האבן אייר געפירט א קאמף און אויס־ געראטן די אזוי גערופענע "וווילע יינגעך, וועלכע האבן טעראריזירט די יידישע באפעלקערונג, און באזונדערס די יידישע פרעמדע בעלי־ מלאכות, וואס זענען געקומען קיין בענדי ן זוכן ארבעט . די ארימע ארבעטער האבן געמוזט צאלן מם די דערמאנטע ליידיקגייער, אין קעגנפאל זענען די בעלי־מלאכות נישט זיכער געווען מיטן לעבן . ס׳האבן אין די יארן 1905—1906 עקזיסטירט אין בענדי ן די אזוי גערופענע "בערזעס". דאס זענען געווען געוויסע פונקטן אין דער שטאט, ווו די יוגנט האט שפאצירט און ווו די פארטיי־טוער האבן ווערבירט נייע מיטגלידער . דאס איז געטאן געווארן צוליב דעם, ווייל אין א לאקאל האט שטענדיק געדראט א געפאַר אנטדעקט צו ווערן דורך די צארישע שפיאנען. אויפ די "בערזעס", וועלכע זענען מייסטנס טעטיק געווען אין די שבת־פארנאכטן, זענען אייר געפירט געווארן דיסקוסיעם און פונאנדערגעשפרייט געווארן רעוואלוציאנערער ליטעראטור.
צווישן די צארישע פאליציאנטן אין בענדי האט זיך ספעציעל אויסגעצייכנט מיט זיין אזכריות לגבי דער רעוואלוציאנערער יוגנט, דער עלטערער פאליציאנט יאקוביק, אויף וועלכן ס׳איז געמאכט געווארן אן אטענטאט. דער פארלויף פונעם אטענטאט האט זיך אזוי פארגעשטעלט: אין א שבת־טאג פון אויגוסט 1906, ארום 10 אזייגער אין דער פרי, איז די שטאט פלוצלינג אויפגעציטערט געווארן פון א מוראדיקן קנאל. ווי ס׳האט זיך שפעטער ארויסגעוויזן, איז דאס געווען פון א באמבע, וועלכע איז געווארפן געווארן אויף דער סלאווקאווער גאס (היינט קאלאנטאיא) אויפן דערמאנטן פאליציאנט. דער אטענטאט איז אויסגעפירט געווארן דורך די מיטגלידער פון דער טעראריסטךגרופע ביי דער פ.פ.ס. (פוילישע סאציאליסטישע פארטיי), וועלכע האט יאקוביקן פארמשפט צום טויט. גלייך נאכן ווארפן די באמבע איז אנטשטאנען א שרעקלעכע מהומה, און די מענטשן, וואס האבן זיך געפונען אויף די גאסן האבן שנעל געאיילט צו זייערע היימען. - 22