Original scan
Original memorial-book scan 28
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1032

אין א קורצע צייט ארום האט זיך אין דער שטאט באוויזן א סאטניע (הונדערט) קאזאקן, וועלכע האבן געשאסן אין יעדן איינעם, וואס זיי האבן אנגעטראפן אויפן וועג. עס זענען דעמאלט אומגעקומען אן ערך פון 7 יידישע נפשות, צווישן זיי אויך פרויען און קינדער. אין ווינטער פון יאר 1907 האבן די פארשידענע יידישע סאציא־ ליסטישע־גרופירונגען איינגעארדנט אין גערער שטיבל א דיסקוסיע־ פארזאמלונג. צוליב א פראוואקאציע, איז די צארישע פאליציי פלוצלינג איבערפאלן די פארזאמלונג און געשאסן אויף די אנטייל־ געמער. פון דער שיסעריי זענען אומגעקומען אייניקע יידישע יינגע־ לייט. 5. די פארשטארקטע רעאקציע נאך די שטורעם־יארן 1905—1906 די צארישע רעגירונג הויבט אן אן אפענסיווע קעגן דש־תגוואלו־ ציאנערער באוועגונג. — א מאסן־עמיגראציע, אלס פת&ל־יוצא פון די רעפרעסיעס. — דש־קריזיס פון די יידישע סאצדפארטייען. — די עמיגראציע פון זאגלעמביס, — די יידישיסטישע באוועגונג צווישן דער דעמאקראטישער אינטעליגענץ. נאך די שטורמישע אקטאבער־געשעענישן איז די צארישע רעגי־

passage_da85e537e81715b25dd4f4d8
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1034-2170

דונג, וועלכע איז צו זיך געקומען נאך די קלעפ, וואס זי האט באקומען, אריבער אין אן אפענסיווע און האט זיך מיט גרויזאמע רעפרעסיעס נוקם געווען אויף די אנטיילנעמער פון דער רעוואלוציאנערער באווע־ גונג. ס׳האט זיך אנגעהויבן א סדרה פון ארעסטן, רדיפות, פארשי־ קונגען און סאדיסטישע פייניקונגען. אין נאמען פון "צאר באטיושקא" האט די צעיושעטע שווארצע מאה איינגעארדנט פאגראם־וואקכאנא* ליעם איבערן גאנצן "תחום המושב"11. פאראלעל מיט דער פארשטארקונג פון דער רעאקציע האט זיך פארגרעסערט די עמיגראציע. אויך פון זאגלעמביע, און באזונדערס פון בענדין, איז געגאנגען א שטארקע עמיגראציע אין די פארשידענע מדינות, דער עיקר אבער קיין אמעריקע. אזוי, אז ביים היינטיקן טאג געפינען זיך אין א סך לענדער שטארק ארגאניזירטע זאגלענד ביער־לאנדסמאנשאפטן, וועלכע ציילן טויזנטער מיטגלידער. נאכן קראך פון דער רעוואלוציע פון יאר 1905 האבן די יידישע סאצ־פארטייען, א דאנק די פאליצייאישע רעפרעסיעם, דער עמיגרא־ ציע און דעם דערווייטערן זיך פון דער אינטעליגענץ׳ וועלכע האט פריער גענומען אן אקטיוון אנטייל אין דער באוועגונג, איבער־ געלעבט א שטארקן קריזים.

passage_799e045fc90a80e11b9a9d5a
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2172-3071

אין די יארן פון דער רעאקציע איז אין יידישן לעבן שטארק פאפולער געווארן די קולטור־באוועגונג, דער אזוי גערופענער יידישיזם, וועלכער האט געפונען אסך אנהענגער אויס צווישן דער ארבעטנדיקער אינטעליגענץ. אין בענדין האבן זיך די פריערדיקע פארטיי־טוערס און יוגנט גרופירט ארום דעם מוזיק און געזאנג־פאריין "הזמיר", וועלכער איז געשטאנען אויף א גאר הויכן קולטורעלן ניווא. א ווידעראויפלעבונג פון דער יידישער ארבעטער־באוועגונג לאזט זיך מערקן אין יאר 1913, וועלכע איז אבער צוריק אריינגעפאלן אין א דעפרעסיע ביים אנהויב פון דער וועלט־מלחמה. 11. דעם ׳תחום המושב" אויף רוסיש: "טשערטא אסיעדלאסטי" איז געווען א דערפינדונג פון די צארישע־סאטראפן, וועלכע האבן באשטימט געוויסע גובערניעס אין דער רוסישער אימפעריע ווו יידן האבן געטארט וווינען. ו/\ דאס פאליטיש־געזעלשאפטלעכע לעבן געת דער דייטשער אקופאציע 1. דער בירגער־קאנדידאט

passage_5f4824adece5630d05ec5ab1
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3073-4191

די גרינדונג פון א יידן־ריינעם קאמיטעט. — צומארגנס לאדעט מען איין יידישן פארשטייער. — דער צוזאמענשטעל פון דער יידישער רעפרעזענטאנץ. — די ארבעט־פארטיילונג אינעם רעארגאניזירטן קאמיטעט. — די לייטער פון די באזונדערע קאמיטעטן. — די קורצע עקזיסטענץ פון די קאמיטעטן. — דער פויליש־יידישער אפראוויזאציע־קאמיטעט. — די בילדונג פון 2 אונטער־קאמיטעטן. — די יידן ווערן באעוולט און שאפן אן אייגענעם קאנזיטשט. — די עקזיסטענץ פונעם יידישן אפראוויזאציע־קאמיטעט. — א כאראקטטריסטישער פרט. — ד״ר וויינציהער אין דער שפיץ פון סאציאלן שוץ. — די אקציע פונס ״וווילטעטיקייט־פאריין״ לטובת ארימע. — דער צוזאמענשטעל פונס אפראוויזאציע־קאמיטעט. אין די ערשטע טעג פון אויגוסט 1914, גלייך ווען די רוסן האבן פארלאזט בענדין, האט זיך א גרופע בירגער מיט די ענדעקעס בראש, אן דער מיטבאטייליקונג פון די יידן — פארזאמלט אין מאגיסטראט און געשאפן דעם אזוי גערופענעם "בירגער־קאמיטעט פון דער שטאט בענדיך. זיי האבן געבילדעט די מוניציפאל־מאכט און געשאפן א בירגער־מיליץ. אין דער שפיץ פון דער דערמאנטער אינסטיטוציע איז געשטאנען דער ענדעק נאבלין.

passage_441f19a7e68325f08b39853a
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4193-5308

אויפן צווייטן טאג נאכן אנטשטיין פונעם יידן־ריינעם בירגער־ קאמיטעט, האבן זיך זיינע מיטגלידער ארומגעזען׳ אז ס׳איז אומעגלעך צו פירן די שטאט־ווירטשאפט אן דער מיטבאטייליקונג פון די יידן. דער קאמיטעט איז דעריבער געצווונגען געווארן זיך צו ווענדן צו דער יידישער געזעלשאפט, אז זי זאל שיקן פארשטייער אין קאמיטעט . די יידישע רעפרעזענטאנץ האט געהאט פאלגנדיקן צוזאמען־ שטעל: ד״ר וויינציהער, אדוואקאט רידער, גוסטאוו וויינציהער, ישעיה ראטנער א״א . דער רעארגאניזירטער קאמיטעט האט צווישן זיך איינגעטיילט די ארבעט אויף אזא אופן, אז אייניקע מיטגלידער האבן זיך פאר־ נומען מיט דער עפנטלעכער זיכערקייט׳ שאפנדיק א בירגער־מיליץ, אן אנדערער גרופע האט זיך באשעפטיקט מיט דער אפראוויזאציע פון דער שטאט און ס׳איז אויך געשאפן געווארן דער אזוי גערופענער "בירגער־קאמיטעט פאר די אדמיניסטראטיווע ענינים פון דער שטאט" . די באזונדערע קאמיטעטן האבן גלייך אנגעהויבן זייער ארבעט . בראש פון דער עפנטלעכער זיכערקייט איז געשטאנען נאבלין . מיטן סאציאלן שוץ האט זיך פארנומען ד״ר וויינציהער, מיט דער אפרא־ וויזאציע — גוסטאוו וויינציהער .

passage_431c67d441fed21580241e8e
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5310-6246

די עקזיסטענץ פון די דערמאנטע קאמיטעטן איז פארהעלטניס־ מעסיק געווען א קורצע. אויסער די קאמיטעטן פון סאציאלן שוץ און אפראוויזאציע האט די פונקציעס פון די איבריקע קאמיטעטן איבעד־ גענומען די דייטשע אקופאציע־מאכט. די סיבה דערפון דארף מען זוכן דערין, וואס די אקופאנטן האבן זיך זייער ווייניק געזארגט וועגן דער אפראוויזאציע און סאציאלן שוץ פון דער ציוויל־באפעל־ קערונג אין די אקופירטע געביטן. אין אנהויב איז דער אפראוויזאציע־קאמיטעט געווען א בשות־ פותדיקער, און ס׳האבן זיך אין אים באטייליקט פארשטייער סיי פון דער יידישער, און סיי פון דער פוילישער באפעלקערונג ס׳האט זיך אבער גלייך ארויסגעוויזן, אז אפילו ביים אנווענדן פון א מאקסימאלער שפארזאמקיי ט לויט א קארטן סיסטעם, וועט דער לעבנסמיטל־זאפאס גענוגן העבסטנס אויף 6 וואכן. אויפן פארלאנג פון די קריסטלעכע פארשטייער זענען געשאפו געווארן 2 אונטער־קאמיטעטן — א יידישע ד און א קריסטלעכער. - 24 -

passage_ec423457beb2ef66a9ea8d42