און די לעבנסמיטלען זענען איינגעטיילט געווארן אין גלייכע חלקים פאר ביידע קאמיטעטן . די איינטיילונג איז אבער נישט געווען קיין גערעכטע , ודי ל די קריסטלעכע באפעלקערונג , וועלכע האט נאר געבילדע ט א דריטל פון די שטאט־אייגוווינער , האט באקומען פונקט אזויפיל פראדוקטן , ווי די יידן , וואס האבן באטראפן 2 דריטל פון דער אלגעמיינער באפעלקערונג. דער דאזיקער פאקט האט געצווונגען דעם יידישן אונטער־קאמי ־ טעט זיך אפצורייסן פונעם אלגעמיינעם און צו שאפן פאר זיך א ן אייגענע ארגאניזאציע , וואט זאל זארגן פאר א געהעריקע אפראווי ־ זאציע פון דער יידישער באפעלקערונג און בענדין . דאם איז געשען אין 3 חדשים ארום נאכן אנטשטיין פונעם אלגעמיינעם קאמיטעט . דער יידישער אפראוויאציע־קאמיטעט האט עקזיסטירט 7 יא ה פון 1914 ביז 1921 . ס׳איז כדאי צו דערמאנען פאלגנדיקן כאראקטעריסטישן פאל : בעת אין הערבסט 1916 האט אין קריסטלעכן קאמיטעט אויס ־ געפעלט קארטאפל און ס׳האט געדראט מיט א הונגער פאר זיינע מיטגלידער, האט דער יידישער קאמיטעט געשטעלט צו דיספאזיציע זיינע זאפאסן פאר דער גאנצער בענדינער באפעלקערונג . ס׳איז דורך פלאקאטן געמעלדע ט געווארן , אז יעדער בירגער אן אונטערשיד פון גלויבן וועט , נאכן פארשטעלן אן אפיציעלע רשימה פון זיינע פאמי ־ ליע־מיטגלידעה באקומען די אנטשפרעכנדיגע צאל קארטאפל .
אין דער שפיץ פון סאציאלן שוץ, וועלכע האט זיך קאנצענטרירט ביי דער יידישער "וווילטעטיקייט־געזעלשאפט", איז געשטאנען ד״ר וויינציהער. די "וווילטעטיקייט־געזעלשאפט" האט אויך ארויסגעגעבן אויפר זיטטע פארציעס לעבנסמיטלען פאר ארימע. די געזעלשאפט איז געשטאנען אץ א שטענדיקן קאנטאקט מיטן יידישן אפראוויזאציע־ קאמיטעט. דער אפראוויזאציע־קאמיטעט איז באשטאנען פון פאלגנדיקע מיטגלידער: גוסטאוו וויינציהער (פרעזעס), אברהם ליווע יחיאל וואלף קאוואלטקי, ל. רובינליכט, אינזש. ה. מייטעלעם, ל. נאווא־ גרודזקי, שלמה פרענקל און זיגמונט אינוואלד. 2. די קהלה. דער ״דאזר בוזשניטשני' פון די רוסישע ציינון. — די אקופאנטן הויבן זיך אן צו אינטערעסירן מיט די קהלות. — צו בענדי ווערט צוגעטיילט א די דארפישע גגשיינדעס. — די אקופאציע־נזאכט נאמינירט א קהלורפארוואלטונג. — א נארמאלער און א ספעציעלער בודזשעט. — די קהלה־וואלן אין 1918. — דער קהלה־סעקרעטאר פסחזאן פירט א קאמף קעגן דעם ספעוציעלן שטייער. — פסחזאן ברענגט אדיין אן ארדענונג אין די מעלדונגען. — די גרינדרנץ פונט ני־יעם בית־עולם אויפן טשעולאדזשער־וועג. ביז צו דער וועלט־מלחמה האט לויט די רוסישע געזעצן עקזיס־י טירט א "דאזאר־בוזשניטשני" די קהלה־קאטא און די ביכער האט געפירט דער מאגיסטראט.
מיטן מאמענט פון קריג־אויסברוך האט זיל אלץ אפגעשטעלט. דער דאזיקער שטילשטאנד האט געדויערט ביז יוני 1916׳ ווען די דייטשע אקופאציע־מאכט האט זיך אנגעהויבן צו אינטערעסירן מיט 12) לויטן נאמען פון גענעראל בעזעלער, וועלכער איז געווען גענעראל * גוגערגאטאר אין ווארשע בעת דעי דייטשע דאגופאציע. ״ 25 די קהלות. אין יענער צייט האט די ציוויל־פארוואלטונג אין ווארשע אויסגעארבעט פאר די קהלות דעם אזוי גערופענעם: "בעזעלער סטאטוט" 12. צו בענדי ן זענען געווארן צוגעטיילט: טשעלאדז, שעוועראון א גאנצע רי דארפישע געמיינדעם, ווי אויך האלב זאמבקאוודץ. דאמבראווע און די אנדערע העלפט זאמבקאוויץ זענען אפגעפאלן פון בענדי ן צוליב דעם, וואט זיי האבן געהערט צום עסטרייכישן אקופאציע־געביט. די קהלה־פארוואלטונג, וועלכע איז נאמינירט געווארן דורך דער אקופאציע־מאכט איז באשטאנען פון פאלגנדיקע פעתאנען: פלטיאל אונגעה יחיאל וואלף קאוואלסקי, חיים דוד ראזנבלום און דוד ל טערצאזש. דער לעצטער האט זיך, צוליב זיין הויכן עלטער אפגעזאגט פון זיין אמט און אין א צייט ארום איז אויך אויף זיין ארט באשטימט געווארן יעקב גוטמאן. כדי צו ברענגען אין ארדענונג די פינאנסן, האט דער קרייז־
אמט באשלאָסן צו שאפן, אויסער דעם נארמאלן בודזשעט, אויך א ספעציעלן בודזשעט אויף צו דעקן די הוצאות אויסצוהאלטן די יידישע קראנקע, וואס לויט אן אלט רוסיש געזעץ זענען די קהלות מחויב געווען צו פארזארגן. מוז באמערקט ווערן, אז פאר די קריסטלעכע קראנקע האבן געצאלט די מאגיסטראט־קאסעס. דער ספעציעלער בודזשעט האט באטראפן 10,000 מארק, וואס איז דעמאלט געווען א גאר גרויסע סומע. אין 1918 זענען באשטימט געווארן קהלה־וואלן לויטן "בעזעלער־ סטאטוט", וועלכע זענען אבער שפעטער אנולירט געווארן דורך דער אויפזיכט־מאכט. אזוי ארום האבן ביז צו די נייע וואלן לויטן פוילישן סטאטוט, אמטירט די פריערדיגע נאמינירטע דאזארעס, אדער זייערע פאר־ טרעטער. בעת יצחק פטחזאן האט אין יאר 1917 איבערגענומען דעם אמט פון א סעקרעטאר אין דער בענדינער קהלה, האט ער אנגעהויבן אן ענערגישען קאמף קעגן דעם אומגעזעצלעכן "ספעציעלרשטייער" אויף צו היילן די יידישע קראנקע. פון די פארשידענע אינסטאנצן איז דער ענין אריבער צו דער ציוויליפארוואלטונג אין ווארשע און נאך לאנגע פראצעסן איז ענדלעך די בענדינער קהלה באפרייט געווארן פונם שענדלעכן שטייער. אין 1921 זענען די מעלדונג־ביכער צוגענומען געוואח פון ראבי־ נאט און זענען אריבערגעטראגן געווארן אין דער קהלה.
א דאנק דעם סעקרעטאר פתחזאן איז אוי ר איינגעפירט געווארן אן ארדענונג אין די מעלדונגען. ביז דעמאלט זענען יידישע נעמען פארשריבן געווארן אין א חוזק־ארט און פארגרייזט. אזוי צב״ש האט מען געשריבן איצעק אנשטאט יצחק, מאשעק אנשטאט משה אאז״וו. איצט איז דאס אלץ אויסגעבעטערט געווארן. ס׳איז אויך פארלייכטערט געווארן די פראצעדור ביים איינמעלדן געבורטן, חתונות און רעגיטטרירן טויט־פאלן. ט׳איז באשטימט גע־ ווארן א מינימאלער אפצאל און ארימע זענען איבערהויפט באפרייט געווארן. די דאזיקע ענדערונג האט געשאפן א מעגלעכקייט אייג־ צומעלדן יעדן איינעם אן אונטערשיד פון שטאנד. א דאנק דעם מיפוגם דאזאר חיים דוד ראזנבלום איז אין יענער צייט אויך געגריגדעט געווארן דאס נייע בית־הקברות אויפן טשע־ לאדזשער וועג און ס׳איז באשטימט געווארן א פעטט־געזעצטע טאקטע פאר קרקעות, לויט די באזונדערע אפטיילונגען.