Original scan
Original memorial-book scan 30
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1149

3 ד י שטאט־רצט־וואלן . 6 קוריע ס ביי די שטאט־ראט־וואלן אי ן 1916 . — ענדעקעס באיקאטיר ן די וואלן . — דע ר קאמף צווישן די יידישע פראלעטארישע פאר ־ טייען. — דע ר רעזולטאט פו ן ד י וואלן . — ־ ד י אויסגעוויילטע ראט ־ מענער. — דאס פרעזידיום און ד י לאווניקטס . — דע ר שטאט־ראט גיט זיך אן אין דימיסע . — די טעטיקייט פון שטאט־ראט . אין ווינטער 1916 זענען פארגעקומען וואלן צום ערשטן שטאט ־ ראט. ס׳האבן דעמאלט עקזיסטירט 6 קוריעם . צו די ערשטע 5 קוריעם האבן אנגעהערט: די דיפלאמירט ע אינטעליגעגץ , גרויסע סוחרים , פאבריקאנטן און אנדערע פריווילעגירט ע שיכטן . צו דער לעצטער קוריע האבן אנגעהערט ארבעטער און סתם ארימע מענטשן . צוליב דעם , וואס ס׳איז נישט געקומען צו קיין הסכם צווישן די יידישע ליסטעס און די ענדעקעס , האבן די לעצטע צוריקגעצויגן זייער ליסטע און ס׳זענען אויטאמאטיש אויסגעוויילט געווארן אלע קאנדידאטן פון די יידישע בירגערלעכע ליסטעס . א וואל־קאמף איז פארגעקומען בלויז צווישן די פראלעטארישע פארטייען: "פועלי־ציון" ׳ "בונד " און ס״ד . אדורכגעפירט האבן די פ״צ 3 ראט־מענער : י . ל . פיינער , הערשל שטאטלער און הענריק וואלף און דער "בונד " יצחק פסחזאן .

passage_e3859a118f39e560ef5ec685
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1151-2439

פאלגנדיקע ראטמענער זענען אויסגעוויילט געווארן פון די ערשטע 5 קוריעס: גוסטאו וויינציהער, ד״ר וויינציהער, גרשון רעכניץ, ל. רובינליכט, סאלאמאן פאטאק, לאקס, א. פערלמוטער, ד. שטאק* באנד, הענדל נונבערג, הערמאן נונבערג, יעקב שטאטלער, א. לידד בארסקי׳ ל. גאלדשטיין׳ ד. זמיגראד, יחיאל קורלאנד׳ י. גאלדפעלד, מיכאל לעווין, י. רעגירער, לאזאר סערצאזש און איזידאר סערצאזש. פרעזעס פון שטאט־ראט איז געווען גוסטאו וויינציהער. אלם ערשטער בירגערמייסטער איז נאמינירט געווארן דורך דער אקופא־ ציע־מאכט דער ד״ר שרעטער, אלם צווייטער בירגערמייסטער איז באשטימט געווארן ריפ, וועלכער איז נאד געווען בורמיסטש אין די רוסישע צייטן. אלם לאווניקעס זענען אויסגעוויילט געווארן: ד״ר וויינציהער, אדוואקאט רידער, לאזאר סערצאזש׳ ישעיה ראטנער און זאלעסקי. נאבן אנטשטיין פון ווידעראויפגעלעבט פוילן האט זיך דער שטאט־ראט׳ פון אייגענער איניציאטיוו, אפגעגעבן אין דעמיסיע און האט אויסגעקליבן א צייטווייליקע קאמיסיע, וועלכע איז געווען טעטיק ביזן מאמענט פון אויסוויילן א נייעם שטאט־ראט אויפן ספי ד פון דער פוילישער וואל״ארדינאציע. דער שטאט־ראט האט אויסגעצייכנט פונקציאנירט און האט געפירט א פרוכטבארע טעטיקייט, פון וועלכער ס׳זענען געווען צופרידן, סיי די יידישע און סיי די פוילישע געזעלשאפט.

passage_b1cd4a6e4a8c8654de8f7a7b
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2441-3649

4. דינעזעלשאפט "עבריה". די גרינדונג פון דער געז. „עבריה״ — דער ציל און די טעטיקייט פון דער געז. — פ״צ־קרייזלעך ביי דער ״טבריה״. — די גרינדער פון דער געזעלשאפט. די געזעלשאפט ״עבריה״ איז געגרינדעט געווארן סוף 1914. דער ציל פון דער געז. איז געווען ׳ דאס פארשפרייטן צווישן דער יוגנט די העברעאישע שפראך, ליטעראטור און יידישע געשיכטע. ס׳איז אויך ביי דער "עבריה" געעפנט געווארן א ביבליאטעק און ס׳איז געגרינדעט געווארן א דראמאטישערקרייז, וועלכער האט אויסגעפירט א ריי איינאקטערס פון שלום עליכם׳ שלום אש א״א. אויסער דעם זענען אפט פארגעקומען רעציטאציעס׃ און ווײַזונגען וואס ס׳זענען רעציטירט געווארן די שאפונגען פץ פארשידענע העברעאישע דיכטער. עם זענען אויך געהאלטן געווארן רעפעראטן אויף וויסנשאפטלעכע און ליטערארישע טעמעס דורכן אינזש. זשמודזקי, דעם העברעאישן לערער יאנאווסקי, טעוו ל קליינמאן, ראזנקוויט, י. ל. טרויב און אנדערע. די געז. "עבריה" איז דעמאלט געווען דער איינציקער קולטור־צענטער אין בענדין, וועלכער האט צו זיך צוגעצויגן גרויסע מאסן פון דער יידישער יוגנט. אין דער "עבריה" האבן זיך געבילדעט קרייזלעך פון פ״צ, וועלכע האבן זיך שפעטער ארגאניזירט אלס א באזונדערע גרופע.

passage_613136c865328fba49f29f5d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3651-4896

צו די גרינדער פון דער "עבריה" האבן געהערט: טעוול קליינמאן, משה ראטנבערג, משה ראזענקער, חנה לאה קאוואלסקא און ישראל לייביש טרויב. שפעטע ר זענען אויך צוגעקומען פאלגנדיקע ״עבריה״־טוער: מרים טענענבוים, רעכל גרויבארט, בערטע טרא־ פויער, מאטל ערליך, אלימלך ראטנער, יידל שענבערג, יחיאל דאמב, יחיאל טענצער, משה דוד מאלעץ און אסתר לאסקער. אלע לערער זענען געווען טעטיק: משה זיידעמאן, קלמן זילבערבערג, י. ל. טרויב. כורגל, ש. סאבוטקי און יאנאווסקי . 5. די געזעלשאפט "עזרה". די גרינדונג פון דער געז. ״טזרה״. — איר טעטיקייט אויפן פילאנטראפישן־ טראפישן און קולטורעלן־געביט . אין אנהויב 1915 איז אנטשטאנען די געז. "עזרה", וועמענס אויפגאבע ס׳איז געווען צו שטיצן מיט לעבנס־מיטלען פארארימטע בעלי־מלאכות און קרעמער, וועלכע האבן פארלוירן זייערע פרנסות צוליב דער מלחמה. אדום דער "עזרה" האבן זיך גרופירט מענטשן, וועלכע האבן געפילט א דראנג צו געזעלשאפטלעכער ארבעט, און פץ וועלכע ס׳האבן זיך שפעטער רעקרוטירט פארשידענע געזעלשאפטלעכע טוערס אץ בענדץ. ! אויסער א פילאנטראפישער טעטיקייט האט די "עזרה" אויך געפירט א קולטור־ארבעט. ס׳האט זיך ביי דער געז. געגרינדעט א דראמאטישע קרייז און ס׳זענען פארגעקומען שמועסן אויפ פארשידענע ליטערארישע טעמעס .

passage_6ce598bb26c5fdcbd7384511
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4898-5806

פרעזעם איז געווען דער טאלאנטסולער פאלקס־רעדנער משה קאמינער וועלכער איז יונג געשטארבן אין עלטער פון 25 יאר. 6. דער "השומר". דער ״חשומר״ אין די רוסישע צייטן און זייער טעטיקייט. — די פארמלחמהדיקע שומרים. — דער אויפשוואונג אין די יארן 1915־16. — דער ״השומר״ פארוואנדלט זיך אין ״השומר בצעיר״. — די שפעטער־ דיקט ״השומר״־טוער. — דער בענדערער "השומר" אלס די ערשטע ארגאניזאציע אין לאנד, שיקט אינסטרוקטארן אין פארשידענע שטעט. נאך אץ 1913 האט זיך א גרופע יידישע שילער פון דער אמא־ ליקער האנדל־שול אין בענדער אפגעריסן פון דער אלגעמיינער סקויטן־ארגאניזאציע אץ געשאפן דעם "השומר", וועלכער האט שוין דעמאלט עקזיסטירט אין גאליציען. די טעטיקייט, וועלכע איז געווען אן אומלעגאלע אץ געפירט געיואח אץ א בוידעם־שטיבל אין זמיגראדם הויז אויף דער סלאוד קאוועריגאס. צו די פארמלחמהדיקע שומרים האבן געהערט די דעמאלסדיקע " 26 -

passage_8ce72b83aa56dd79e3b7f37e