שילער: מאקס זמיגראד, לוציאן רעכטמאן, אישע ק ברוינער, אדי ח האמפעל, יאקוב ערליך און משו? קראסמאן. א גרויסער אויפשווונג איז פארגעקומען אין דער באוועגונג אין די יארן 16/1915, בעת ס׳איז אנטשטאנען א מעגלעכקייט פאר א לעגאלער טעטיקייט, כמעט די גאנצע שול־יוגנט איז דעמאלט אריע־ געצויגן געווארן אין די רייען פון "השומר". די טעטיקייט פון "השומר" איז באשטאנען פון ציוניסטישער און סקויטךארבעט. אנהויבנדיק פון 1918 גייט דער ״השומר״ — א דאנק זיין קאב־ סטרוקטיווער ארבעט — שטופנווייז אריבער פץ זיין אידעאליסטישער איינשטעלונג צו דער איבערגעשטאלטונג פונ היינטיקן "השומ ר הצעיר". שפעטער זענען צוגעקומען פאלגנדיקע "השומר" טוער: יוזעף אבראמזאן׳ לאלעק גליק און אסתר לאטקער, וועלכע האט די ערשטע אין זאגלעמביע ארגאניזירט ביים "השומר" א פרויען־אפטיילונג. ס׳דארף נאד אונטערגעשטראכן ווערן, אז די בענדינער "השומר" ארג. איז געווען די ערשטע אץ פוילן. די היגע ארג. האט שפעטער ארויסגעשיקט אינטטרוקטארן אין א גאנצע ריי שטעט ווי: דאפר בראווע׳ קיעלץ, טשענסטאכאוו א״א צו גרינדן "השומר" ארגאניזא־ ציעס. 7. די "צמידי ציון" די גרינדונג פון דעד "צעירי־ציון" ארג. — די אקטיווע טוער פון דער ארג. — דער דעלעגאט צו דער "צעירי־ציון״־קאנפערענץ.
גלייכצייטיק מיטן אנטשטיין פון דער "צעירי־ציוך־באוועגונג אין פוילן, האט זי זיך אויך־אין בענדער געשאפן אן ארגאניזאציע, וועלכע איז באשטאנען פון יינגעלייט, וואס האבן זיך נישט געקענט אויסלעבן אין די ראמען פון "השומר". צו די אקטיווע "צעירי־ציץ" טוער האבן געהערט: טעוול קליע־ מאן׳ אהרן האמפעל, כורגעל, יצחק טענצער׳ משה אפענהייס, משה לייב קאזלאווסקי, משה ראזענקער און משה קאמינער. אויף דער ערשטער "צעירי־ציץ" קאנפערענץ׳ וועלכע איז פאר־ געקומען אין 1917 אין ווארשע, איז געווען פארטרעט פון דער בענדינער ארג. דעד דעלעגאט משה ראזענקער. 8. דער "החלוץ". די אנטשטיינונג פון ״החלוץ״. — דננר "החלוץ" באקומט א פלאץ צו זיין דיספאזיציע און טרסט צו פראקטישער ארבעט. — "החלוץ" מיט־ גלידער פארן קיין א״י און עפענען די דריטע עליה. — א צווייטע גרופע פארט קיין א״י. — די גרינדער פון "החלוץ". אץ אנהוי ב 1918 איז א גרופע יינגעלייט פון "צעירי־ציץ" און פון דער "עבריה" צוגעטרעטן צו פראקטישער ארבעט און געשאפן די ארגאניזאציע "החלזץ". דער "החלוץ" האט באקומען צו זיין דיספאזיציע א גרויסן פלאץ פון יעקב גוטמאן און אונטער דער לייטונג פון א ספעציאליסט האבן די מיטגלידער אנגעהויבן צו באארבעטן די ערד. פיל שטאט״איינוווינער האבן גערנט געקויפט די גוט־געראטענע פי־וכטן און ירקות׳ וואס זענען געוואקסן אויפן שטח פון "החלוץ"־ גארטן.
אין אקטאבער 1918׳ ווען אין די אקאפעס זענען נאד געלעגן מיליאניקע ארמייען און די ימים זענעו נאד פול געווען מיט מינעם, איזא גרופע החלוץ־מיטגלידער געפארן קיץ ארץ־ישראל. דאם איז געווען די ערשטע פארטיע עולים אין דער גארער תעלט, וועלכע האט געעפנט די דריטע עליה קיץ א״י. די גרופע איז געפארן דורך לעמבערג׳ אדעם׳ קאנטטאנטינאפאל. און פון דארט, מיטא קוילן־שיף׳ קיץ יפו. די רייזע, וועלכע איז געווען פול מיט געפארן, האט געדויערט6 וואכן. די ערשטע גרופע איז באשטאנען פון: סענדער לובלינג׳ יאקוב לאטקער׳ ישראל אפענהיים, יצחק האנדעלטמאן׳ יאקוב זמיגראד, דוד מייטלים און אישעק בירענצווייג. איןא קורצער צייט ארום איז אפגעפארןא צווייטע גרופע. די רייזע האט געדויערט6 חדשים׳ צוליב דעם, וואט די עולים זענען געווען אינטערנירט אין איטאליע און אין אנדערע לענדעד. ערשט נאך לאנגע וואגלענישן זענען זיי אין ערב פטה1919 אנגעקומען קייו יפו. צו דער צווייטער גרופע האבן אנגעעהרט: די ברידער משה און יעקב ראטענבערג׳ אברהם גאלדבערג׳ מרדכי ץינער, הערשל טענענבוים, יוסף זאבוסקי א״א. צו די גרינדער פון ״החלוץ״ האבן אנגעהערט: טענדער לובלינג, יאקוב ערליך׳ יעקב לאסקער, יעקב ראטענבערג, ישראל שטראכליץ. יוזעף.אבראמזאן מירל ראטענבערג און דוד מייטליס. 9. די "פועלי־ציוך.
די רטארגאניזירונג פון דער פ״צ פארטיי. — די גרינדונג פון דער געז. ״ארבטטטר־היים״. — ס׳ווטרס געטפנט א טיי־האלט. — די אונטערשטיצונג פאר פליטים פון דייסשלאנד. — פ״צ טעסיק בי אלט פאליטישע און סאציאל טקציטס. אין 1915 זענען די אלטע פ״צ טוערס צוגעטרעטן צו דער רע־ ארגאניזירונג פון דער פארטיי. זייער טעטיקייט איז באשטאנען אין אנפירן מיט געהיימע קרייזלעך, דאם האט געדויערט ביז צו די ערשטע שטאט־ראט־וואלן, בעת וועלכע די פ״צ האבן אנגעהויבן עפנטלעך ארויטצוטרעטן פאליטיש. נאך די שטאט־ראט־וואלן, בעת ץעלכע די פ״צ האבן באקומען 3 ראטמענער, איז געעפנט געווארן די געזעלשאפט "ארבעטער־היים" די ניי־אנטשטאנענע געז. האט אנגעהויבן אן אינטענסיווע פאלי* טישע און קולטור״ארבעט און האט צו איר צוגעצויגן א גרויסן טייל פון די יידישע ארבעטער און ארבעטנדיקע אינטעליגענץ.
ביי דער "ארבעטער־היים" איז אויך געשאפן געווארן א טיי־ האלע, און די מיטגלידער האבן פאר א מינימאלן אפצאל באקומען טיי מיט א צוביים. די טיי־האלע האט גוט פונקציאנירט און איז געפירט געווארן ביי גוטע היגיענישע באדינגונגען, וואס איז צוליב דער מלחמה־צייט געווען זייער א שווערע אויפגאבע. די טיי־האלע האט אויך ארויסגעגעבן אומזיסטע אוונט־ברויטן און קליינע שטיצעס פאר די אנטלאפענע ארבעטער פון דייטשלאנד, וועלכע זענען פאר־ שיקט געווארן אויף צוואנג־ארבעט. מאט ן אנטלאפענע זענען געקומען קיץ בענדין אין 1917, בעת אן דייטשלאנד האט שוין געהערשט א שטארקער הונגער. די "ארבעטער־היים" האט אויך געהאלפן די פליטים זיך אדורכשמוגלען דורך די דייטשע פאסטנם, וועלכע האבן באוואכט דעם ארויטפאר פון דער שמאט בענדין. א טייל איז באזארגט געיארן מיט פעטע ר און א טייל איז סתם אדורכגעשמוגלט געווארן, שפעטער האט אויך די "ארבעטער־היים" געעפנט א לעבנס־ מיטל־קאאפעראטיוו, וועלכער האט באזארגט אירע מיטגלידער מיט פראוויאנט, וואס די געז. האט באקומען פונעם הויפט אפראוויזאציע־ קאמיטעט. די פ״צ האבן אנטייל געגומען אין אלע וויכטיקע פאליטישע און סאציאלע אקציעס, וועלכע זענען אדורכגעפירט געווארן דורך דער גאנצער זאגלעמביער ארבעטערשאפט. 27