Original scan
Original memorial-book scan 32
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1016

10. דער "בונד". די פרעסע'ס פראוון צו שאפן א ארבעטער־אויגאניזאציע. — די קאד פערענץ וועגן דנננ זשנין. — עס שאפט זיך א גרופע, וועלכע שטעלט זיך אין פארבינדונג מיט דער צייטונג "לעבנס־פראגן" און מיט וו. נועדענו. — ס׳ווערט געשאפן אן ארגאניזאציע פון ״בונד״. — די מעטיקייט אין די ערשטע צייטן. — די ווטרבירונג פון נזיטגלי־ דער. — די פאליטיש־קולטורעלע ארבעט. — דער "בונד" בעת די שטאט־ראט וואלן. — די גרינדונג פון "גראסער־קלוב" און פון דער "קולטור־ליגט". אנהויב 1915 זענען דורך א גרופע ארטיקע פאליטיש־געזעל־ שאפטלעכע טוערס געמאכט געווארן פרוואן אויפצושטעלן אן ארבע־ טער־־ארגאניזאציע, כדי צו פירן א פאליטיש־קולטורעלע־טעטיקייט צווישן דער יידישער ארבעטערשאפט. צו דעם צוועק איז גערופן געווארן א ריי קאנפערענצן מיט דער באטייליקונג פון איינגעלאדענע ארבעטער. אויסער מיט ריי ארגאני־ זאציאנעלע ענינים און מיט פארשידענע אקטועלע פראגן, האבן זיך אויך די קאנפערענצן פארנומען מיט דעם פראבלעם: "נאציאנאל קולטורעלע אויטאנאמיע".

passage_94364e98995caa6c05936361
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1018-2201

אלם פועל־יוצא פון די געפירטע דיסקוסיעס האט זיך געשאפן א גרופע, וועלכע האט זיך ספעציעל פאראינטערעסירט מיט דער ספעציפיש־יידישער נאציאנאלער־פראגע. די דאזיקע גרופע האט זיך געשטעלט אין קאנטאקט מיט דער וואכנשריפט "לעבנם־פראגן"׳ דעם צענטראל־ארגאן פון "בונד" אין פוילן, אויף וועמענס שפאלטן ס׳זענען דעמאלט באהאנדלט געווארן די דערמאנטע פראבלעמען. אחוץ דעם, האט זיך די גרופע אויך געשטעלט אין פערזענלעכן קאנטאקט מיטן פארשטארבענעם פירער פונט "בונד" וו. מעדעם. אין א קורצע צייט אדום האבן די איניציאטארן, וועלכע זענען באשטאנען פון די ברידער: יחיאל און מ. וו. קאמינסקי, ל. קארג־ פעלד, מ. וו. פישל און גאלדמאן, באשלאסן צו פארוואנדלען די דערמאנטע גרופע אין אן ארטיקע אפמיילוג פון "אלגעמיינעם יידישן ארבעטער בונד" אין פוילן. אין דער ערשטער צייט איז די טעטיקייט פון דער אדג. באשטא־ נען אין פארשפרייטן די "לעבנם־פראגן" און ווערבירן מיטגלידער. אין משך פון אייניקע וואכן איז געלונגען צו ווערבירן פאר דער באוועגונג א גרעסערע צאל ארבעטער, פאר וועלכע ס׳איז איינ־ געארדנט געווארן לעקציעס פאר פאליטישע עקאנאמיע און די גרונט־ יסודות פון מארקסיזם און סאציאליזם.

passage_a9635ec23e5acf5fa2ec01c6
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2203-3316

אלם פרעלעגענטן זענען דעמאלט געווען טעטיק: י. פסחזאן, ליפסאן און די סטודענטן: ח. פערל, ש. בערקאוויטש און ליפשיץ. שפעטער זענען אויך געווען טעטיק: מ. אראנאוויטש, י. ברוקנער און י. פרייליך. אויסער דעם זענען אויך ארגאניזירט געווארן א ריי עפנטלעכע פארלעזונגען אויף ליטערארישע טעמעס, וועלכע האבן געהאט א גרויסן דערפאלג, ס׳זענען אויך געגרינדעט געווארן אוונט־קורסן, מיט וועלכע ס׳האבן אנגעפירט: ח. פערל, י. פרייליד און ד. פייערמאן. ווען אין 1916 זענען פארגעקומען די שטאטראט־וואלן, זעט מען דעם "בונד", צום ערשטן מאל, אלס פאליטיש־געזעלשאפטלעכן כח מיט א פלאנמעסיקער און פארצווייגטער ארגאניזאציע, אץ אויך אויף די פיל מיטינגען ווערט געפירט א ן אויפקלערונגס־ארבעט און פרא־ פאגאנדע פארן סאציאליזם. דער רעזולטאט פון די וואלן האט געגעבן דעם "בונד" א ראטמאן אין דער פערזאן פון יצחק פסחזאן, איינער פון די פעיקסטע און שטארקסטע פערזענלעכקייטן אין אונזער שטאט. פסחזאן האט זיך קונה שם געווארן מיט זיינע מוטיקע ארויסטרעטונגען און גלענצענד צוגעטראכטע פארשלאגן אויפן פארום פון שטאט־ראט לטובת דער שטאטישער ווירטשאפט.

passage_d5d17cd29b19e659dc9f1467
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3318-4552

אין 1917 איז אויפגעגרינדעט געווארן דער "גראסער־קלוב", וועלכער האט געפירט א שיינע ארבעט אויפן געביט פון טעאטער און ליטעראטור. דעמאלט איז אויך געשאפן געווארן די אפטיילונג "קולטור ליגע", וועלכע פירט ביזן היינטיקן טאג א געזעלשאפטלעך־ קולטורעלע ארבעט. 11. די סאציאל־דעמאקראטן (ס״ד) די טעטיקייט פון די ס״ד ביי דער ביבליאטעק ״קולטורא״. — דער טרעפפונקט פון די ס״ד. — הילף פאר ארימע. — די אקטיווגדטוער. די סאציאל־דעמאקראטן האבן בעת דער אקופאציע געפירט א פאליטיש־קולטורעלע טעטיקייט ביי דער ביבליאטעק "קולטורא", ווו ס׳זענען געהאלטן געווארן רעפעראטן אויף פאליטישע און ליטע־ רארישע טעמעס. ס׳זענען אויך פארגעקומען דיסקוסיע־אוונטן, מיטן אנטייל פון מיטגלידער פון פארשידענע פאליטישע גרופירונגען. דער טרעפפונקט פון ס״ד־טוער איז געווען א טיי־האלע אויף דער מאלאכאווסקי גאם. אויסער דעם האבן זיך די ס״ד־מיטגלידער פארנומען מיט ברענ־ גען הילף פאר ארימע ארבעטער, אין דער פארם פון ארויסגעבן ביליקע שפייז־פראדוקטן און מיטאגן. די טיי־האלע איז שפעטע ר געשלאסן געווארן דורך־דער אקופ פאציע־מאכט, צוליב דעם, וואס זי האט געטראפן די מיטגלידער ביי א לעקציע פון דער פוילישער שפראך, וואס איז געפירט געווארן דורו פרל׳ סערצאזש.

passage_75fb87d7e21972a2031d387c
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4554-5651

מיט דער טעטיקייט פון דער ביבליאטעק אץ טיי־האלע האבן אנגעפירט: וואלטער שאלץ, זיגמונט אינוואלד (געווען אינטערנירט אין מאדלין), י. קאזלאווסקי, ל. נאוואגרודזקי א״א. 12. די ציוניסטישע ארגאניזאציע. די גרינדונג פון דער לעגאלער ציוניסטישער ארגאניזאציע. — דער צוזאמענשטעל פון דער פארוואלטונג. — די הויפט עסקנים פון דער ציוניסטישער ארגאניזאציע. די לעגאלע ציוניסטישע ארגאניזאציע איז ערשט געשאפן געווארן אין 11־טן מערץ 1917. דעמאלט איז פארגעקומען די גרינדונג־ פארזאמלונג מיט דער באטייליקונג פון צ״ק מיטגליד אין ווארשע — מ. י. פרייד. די אלגעמיינע פארזאמלונג איז אפגעהאלטן געווארן אין לאקאל פון האטעל "מאנאפאל" (היינט געפינט זיך דארט דאם חדר "יסודי התורה"). אין דער פארוואלטונג זענען אויסגעוויילט געווארן: ב. פרעגער, ד. מ. ראטנער, מ. ק. ערליך׳ נ. לאנדנער׳ א. ליווער, ש. קליינער, י. ניימארק, א. דיאמענט, י. שטאטלער, צ. פעפער, נ. אולערט, ח. ד. ראזנבלום און ב. בערלאך. די גאנצע ציוניסטישע טעטיקייט זייט 1917 ליגט הויפטזעכלעך אין די הענט פון י. וויגאדזקי, א. ליוועראץ נ. לאדנער.

passage_64efd6c17b8f8f000afd312c