13. ד"מזרח,". די גרינדונג־פארזאמלונג פון ״מזרחי״ און ״צעירי־מזוחי״. — ס׳ווערט געשאפן א בשותפותדיקע פארוואלטונג. — דאס צוזאמענשטעל פון דער פארוואלטונג. — די דעלעגאטן צו דער ערשטע "מזרחי" לאנד־ קאנפערענץ. — די בילדונג פון א זעלבסטשטענדיקע "צעירי־מזרחי" ארגאניזאציע. — די אקטיווע "צעירי־מזרחי" טוען א שטארקע טעטיקייט פון "מזרחי" האט זיך אנגעהויבן נאך דער באלפור־דעקלאאראציע (1917). דעמאלט איז פארגעקומען די גרינ־ דונג־פארזאמלונג פון "מזרחי" און "צעירי מזרחי׳ / צו וועלכער ס׳איז געקומען דער יעצטיקער רב הראשי אין תל־אביב, הרב עמיאל. אין דער ערשטער צייט האבן ביידע ארגאניזאציעס געארבעט צוזאמען און ס׳איז אויסגעוויילט געווארן א בשותפותדיקע פארוואל־ טונג פון פאלגנדיקן צוזאמענשטעל: בעריש פרעגער, ישעיה הענדל ערליך, שלום קליינער, לייביש בוכוויץ, יעקב ניימארק, י. מ. קורלאנד, לייביש דימאנט, משולם ליווער, לייביש באנאך, דוד ערליך, יהושע די האלעס (פריער טארגאוויסקע) ככר השוק משה טענצער, יהושע ראזענקער (מזרחיסטן), חיים וועלנער, הלל זשאבנער און ישעיה יונה פשעניצא (צעירי מזרחי). אויף דער ערשטער "מזרחי" לאנד־קאנפערענץ, וועלכע איז פאר־ געקומען אין 1917, איז בענדי געווען פארטרעטן דורך די דעלע־ גאטן: בעריש פרעגער, ישעיה הענדל ערליך, ליפע זאבאריאש און יהושע משה טענצער. 14. די "אגודה".
די ״אגודה״ פאר דער מלחמה. — די גרינדונג־פארזאמלונג אין 1917. דער צוזאמענשטעל פון דער פארוואלטונג. נאך דער קאנפערענץ פון דער "אגודת ישראל", וועלכע איז פארגעקומען אין קאטאוויץ (1912), איז אין בענדי ן געשאפן געווארן א גרופע פון דער דערמאנטער ארגאניזאציע. אין דער שפיץ זענען געשטאנען: שלמה יצחק רינסקי, הענעך זילבערשאץ, משה חיים קאמינער, בערל רעכט און ליפע קאמינער. א גרויסע טעטיקייט הויבט די "אגודה" אן צו פיר ן בעת דער אקופאציע. די גרינדונג־פארזאמלונג איז פארגעקומען אין אפריל 1917 אין זאל "הארמאניע". פ׳איז אויסגעוויילט געווארן א פארוואלטונג פון פאליגנדיקן צוזאמענשטעל: שמחה בינים באנהארט (פארזיצער), יאנקעלע גוט־ מאן (וויצע־פארזיצער), בערל רעכט (סעקרעטאר), בעריש ליווער (קאסירער), אברהם ליווער, דוד סקורניק, דוד ל טורנער, וואלף נחום גוטשטיין, זלמן ערנסט, זיסמאן לאנדנער חיים מאיד זיידנער, ישראלקע ציגלער, ליפע קאמיגער, מענדל שפירא, מענדל דאמב, משה נייבערג, מענדל איילנבערג, שלום לאסקער, נחום אברהם ארנער, שלמה זילבערבערג, שלמה יצחק רינסקי און משה חיים קאמינער. וו׳\ כענדינער יידן אין די פוילישע לעגיאנען
מ. פרענקל געווע ן טעטי ק אי ן שווייצאריע . — בעת ן קריג־אויסברו ך טרעט ע ר אריי ן אי ן ד י לעגיאנען . — פרענקל זאג ט זי ך אפ צ ו שוועה טרייהיי ט ד י דייטש ן או ן ווער ט אינטערנירט . ע ר קניפ ט א ן א קאנטאק ט מיט ן ?!אמענדאנ ט פילמודסקי . — פרענקל ווער ט בא ־ שטימט אל ס וויצע־קאמענדאנ ט פו ן בענדין . — אהר ן פרענקל געוועו ו טעטי ק אי ן שווייצאריע . — אי ן אנפאנ ג 19:4 טרע ט ע ר אריי ן אי ן די לעגיאנען . — דע ר לעגיאניס ט יצח ק יונגערמאן . — זיי ן אנטיי ל און העלדישקיי ט אי ן פי ל קאמפן . — ע ר פאל ט אויפ ן שלאכטפעל ד און ווער ט אויסגעצייכנ ט מי ט ״ווירטוט י מיליטארי״ . — ד י לעגיא ׳ ניסטן : ש . שווייצפ ה דו ד מאנעטא . שמעו ן באזשיקאווסקי , ב . אנדזלא ־ וויטש או ן סענדע ר גוטמאן . נאך פא ר דע ר וועלט־מלחמ ה זענע ן א ס ך מיטגלידע ר פו ן ד ע ר יידישער סטודענטשאפ ט אי ן אויסלאנ ד געווע ן טעטי ק אי ן דע ר באפרייאונג־באוועגונג פו ן פוילן . צו ד י וויכטיקסט ע אקטיווע־טוע ר הא ט געהער ט מתתיה ו פרענקל , וועלכער אי ז געווע ן טעטי ק אי ן שווייצארי ע אי ן דארטיק ן "פארבאג ד פון אקטיוו ן קאמף״ , וו ו ע ר אי ז געווע ן זיי ט 1913 א ן אינסטרוקטאר . בעתן קריג־אויסברו ך אי ז ע ר געקומע ן קיי ן קראק ע או ן אריע ־ געטרעטן אי ן 5־ט ן לעגיאנע ן פול ק פו ן דע ר ערשטע ר בריגאדע . ער הא ט העלדי ש געקעמפ ט אי ן אל ע שלאכטן , וועלכ ע דא ס פול ק האט געפירט .
ווען די דייטשן האבן געפאדערט פון די לעגיאניסטן, אז זיי זאלן שווערן טרייהייט פאר די צענטראל־מלוכות, האט זיך פרענקל קאטע־ גאריש אפגעזאגט דאס צו טון און ר׳איז דערפאר אינטערנירט געווארן אין א געפאנגערלאגער. דארט איז ער אויסגעוויילט געווארן אלס עלטסטער פון די געפאנגענע און האט אנגעפירט מיטן גאנצן לאגער. ס׳איז אים אויך געלונגען אנצוקניפן א קאנטאקט מיטן קאמענדאנט פילסודסקי, פון וועלכן ער האט באקומען איגסטרוקציעס פארן גאנצן לאגער. נאכן אנטוואפענען די דייטשן אין יאר 1918 איז פרענקל בא־ שטימט געווארן אלס וויצע־קאמענדאנט אין בענדין. שפעטער האט ער אויך אדורכגעמאכט די קריג־קאמפאניע אין יאר 1920 און דערנאך זיך צוריקגעקערט צו זיין פעדאגאגישן בארוף. ביים היינטיקן טאג איז פרענקל טעטיק אלס דירעקטאר פון א פרי־ וואטער פרויען־גימנאזיע אין ווארשע. מ. פרענקל איז אויסגעצייכנט געווארן מיטן "אומאפהענגיקייט־ קרייץ", ווי אויך מיטן "שטשיפיארנע־קרייץ". אויך זיין ברודער אהרן פרענקל איז געווען אקטיוו אין שווייץ־ צאריע אין די אומאפהענגיקייט־ארגאניזאציע, איז אויך שפעטער אריינגעטריטן אין די לעגיאגען, ווו ער האט אנטייל גענומען און זיך אויסגעצייכנט אין פיל שלאכטן. יצחק יונגערמאן האט געהערט צו די העלדישסטע לעגיאנען־ סאניטארן. ער איז אריינגעטרעטן אין די לעגיאנען דעם 26־טן - 29 -