Original scan
Original memorial-book scan 35
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1095

3. וועג ן ד י אוצרו ת פו ן דע ר פח י שיטקא. דאם אי ז געווע ן אי ן יענ ע צייטן, ווע ן אויפ ן בורמיסטש־בענק ל את געזעס ן דע ר בארימטע ר יא ן האלער, וועמענ ס יועצי ם ס׳זענע ן געווען קלימונ ט סטראך, וו1יטשע ך זארעמבא, אורבא ן פיראזשע ק און דע ר וואי ט לוקא ש סעגדזשיצקי. גראד דעמאל ט אי ז אי ן דע ר שטא ט געשטארב ן א געוויס ע פרו י שיטקא, א ן אייגנטימערי ן פו ן א הויז, ווא ם הא ט זי ך געפונע ן אויפ ן מארק, בשכנו ת מיט ן קיילע ר וואנק א או ן קזשישטא ף גאראצי. היו ת זי אי ז אוועקגעגאנגע ן פו ן דע ר וועל ט קינדערלאז, הא ט אי ר גאנ ץ פארמעגן — לוי ט ד י פארשריפט ן פו ן "קאדוק־געזעץ" — געזאל ט איבערגיין אל ם אייגנטו ם פו ן פראספע ר פראוואני ׳ וועלכע ר אי ז גלייב ־ צייטיק געווע ן בענדינע ר סטאראסט ע או ן א באאמטע ר פו ן קראקעווע ר זאלץ־אמט. איידע ר אל ע פארמאליטעט ן זענע ן אדורכגעפיר ט געווארן, את דא ס הוי ז פו ן דע ר פארשטארבענע ר פארחתמע ט או ן שטרענ ג אפגעהיט געווארן. צולי ב דע ם הא ט מע ן זי ך שוי ן אי ן דע ר שטא ט דערציילט, א ז אחו ץ דע ם הויז, הא ט נא ד ד י פרו י שיטק א איבער ־ געלאזט צווי י פול ע טע פ מי ט געלט ׳ וועלכ ע ז י הא ט אויסבאהאלט ן אין א פארשלאסענע ם קאסטן .

passage_8b5fca2050c06c96da7e2393
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1097-2419

אין דריטן זונטאג, נאך דער חגא פון הייליקן מיכאל, אין יאר 1579, האט זיך צוגויפגעזאמלט דאס גרויסע מארגראביע־געריכט, מיטן לאנדוואיט אין דער שפיץ און מיט די לאווניקעס בארטלאמיי שטשיגיעל, יאקוב שוואנצער׳ אלבערט לופא׳ בארטלאמיי ■גגיעטשי־ שוויניא, יאן לאגינסקי און לאורענטי ווארמום. דאם געריכט האט אויפן סמך פון פראוואניס א בריוו געזאלט איבערגעבן דער פרוי שיטקאס הויז צו לוקא ש סענדזשיצקי, וועלכער האט עס געקויפט ביים סטאראסטע פאר 32 פוילישע גילדן. ווען דאם רומפולע געריכט, מיט יאן האלע ר בראש, איז דער־ שינען פאר דער שיטקאוואס הויז, האט זיך ארויסגעוויזן, אז עמעץ האט שוין דארט געבאלעבאטעוועט, ווייל די הינטער־טיר איז געווען אויפגעבראכן, דאם שלאם אראפגעריסן, דער קאסטן צעשמעטערט און פוסט. די אדורכגעפירטע אויספארשונג האט נישט אנטדעקט דעם איינברעכער. ערשט אין א פאר חדשים ארום איז פלוצלינג אין דער שטאט געפאלן די ידיעה, אז דער סטאראסטע האט זיך אויפן טויטג־ בעט מוד ה געווען, דאם ער אליין האט עס אין יענער נאכט ארוים* געגנבעט די צוויי טעפ מיט געלט, נאר צוליב מורא, אז מ׳זאל אים נישט אנטדעקן, האט ער זיי באגראבן הינטער דער קירכע פון הייליקן טאמאש. נאך זיין טויט האט די שטאט־מאכט אנגעהויבן צו זוכן דאם געלט, אבער אלע באמיונגען עס צו געפינען זענען געבליבן אן דערפאלג.

passage_b69dfedc8e2c1d10af90327d
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2421-3641

שפעטער האבן אנגעהויבן צו זוכן דעם אוצר פארשידענע גבירים־קאנדידאטן. אזעלכע אמאטאח זענען במשך פון יעדן פאריאר געווען אייניקע, אבער אויך די דאזיקע גליק־זוכער האבן גארנישט געפונען. דעריבער ליגט טאקע נאך שיטקאוואס אוצר אין דער ערד, נעבן דער קירכע, און ווארט געדולדיק אויף אן אנטדעקער. 4. דער צדיק ר׳ אורילע. א מענטש פארגייט און א שטיין בלייבט. און עס טרעפט, אז א טויטער שטיין דערמאגט וועגן די גוטע מידות און מעשים טובים פון א מענטש, וואס האט געלעבט אמאל־אמאל מיט הונדערטער יארן צוריק. איינער פון אזעלכע "רעדעוודיקע" שטיינער ליגט זיך אויפן בענדינער אור־אלטן בית־עולם. וואס געפינט זיך היינט אין מימן שטאט׳ אויף דער זאוואלע־גאם. נאענט פון דער מויער ליגט דער שטיין — א טיפ איינגעבויגענע מצבה, וועלכע איז שטענדיג פארלייגט מיט "הימל־קוויטלעך", שטיקלעך ליכט, שטיינדלעך און שמות. די אלע סגולות לייגן אוועק ייִדן און יידענעם פון זאגלעמביע און אויבערשלעזיע, וועלכע קומען, פון צייט צו צייט צו דער דאזיקער מצבה, אויסבעטן פאר זיך און פאר זייער פאמיליע — געזונט און פרנסה. באזונדערם גרויס איז די צאל הילפזוכנדיקע, אין זיבעטן טאג פון חודש אדר, ווען ס׳פאלט אויס ר׳ אורילעם יארצייט.

passage_9ec5558ed10c8624d5febb01
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3643-4800

מען ווייסט, אז אונטער דער איינגעזונקענער מצבֿה האט מען אמאל קובר געווען דעם צדיק ר׳ אורילה. און וויל מען נאך היינט אפקראצן דעם פייכטן מאך פון דעם אלטן שטיין, קען מען נאך דייטלעך איבערלייענען דעם אנהויב פון דער אויסגעהעמערטער אויפשריפט: "האי מאן דאורי לא אתי אלא מלויה" דער געוויינלעכער פשט פון דעם גמרא־ווערטל איז: "דער, וועלכער האט געפסקנט קומט ארויס פון שבט לוי". דאס פאלקס־מויַל אבער האט די אויפשריפט אויסגעטייטשט, אז: "ס׳איז געווען ליכטיק ביז נאד דער לויה". פארוואם דאס פאלק האט עס אזוי, און נישט אנדערש פארשטאנען, וועט קלאר ווערן, ווען מיר וועלן די לעגענדע ווייטער שפיגען ביז צום סוף. געלעבט האט ר׳ אורילה אין דעם שטעטל בויטן (אויבער־ שלעזיע). ר׳איז געווען א פשוטער, אבער זייער אפגעהיטענער ייד. היונה האט ער געצויגן פון דארפס־האנדל. געקויפט אמאל ביי דעם אדער יענעם פויער א קערץ קארטאפל, א מעסטל תבואה, א פורל האלץ אדער גאר א פאר האזן־פעלעכלעך. קוים אבער האט ער פאר־ דינט מער וויפל ס׳איז אים געווען נויטיק אויף איבערצולעבן דעם טאג צוזאמען מיט זיין פאמיליע, האט ער די רעשט אוועקגעגעבן צו ארימעלייט.

passage_8975b87f3a7520e7b7708b80
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4802-6007

באזונדערם האט ר׳ אורילע שטארק אפגעהיטן דעם שבת. שוין פרייטאג, נאך צוועלף אזייגער בייטאג, ווען ס׳איז אים אפילו פאר* געשטאנען צו פארדינען א פארמעגן, האט ער מער גישט געוואלט הערן פון קיין שום וואכעדיקע עסקים. און וויסנדיק פון זיין גרויסער ערלעכקייט, און וועגן זיין איינשטעלן זיך פארן אמת, איז מען צו ר׳ אורילען געקומען מיט די שווערסטע דין־תורה׳ם. און געקומען זענען נישט בלויז יידן, נאר אויך גוים, וועלכע האבן זיך פארלאזט אויף זיין פסק. און ווען ס׳איז געקומען די צייט פון ר׳ אורילעם פטירה, האט מען ערשט דערזען, וואס פאר א גרויסער צדיק ס׳איז אוועק פון דער וועלט. אזוי ווי די בויטענער קהלה האט נאך אין יענע אלטע צייטן נישט געהאט קיין אייגענעם בית־עולם, האט מען די דארטיקע מתים געפירט אדער געטראגן קיין בענדין. ר׳ אורילען האט מען, פארשטייט זיך, געטראגן די גאנצע צייט. ס׳איז פאר יעדן ייד געווען די גרעסטע זכיה, כאטש עטליכע מינוט צו טראגן אויף זיינע אקסלען דעם הייליקן נפטר. פון בויטן צום בענדינער ביודהקברות איז אבער א מהלד־רב און דערצו איז נאד דער וועג א שלעכטער. און אט, ווען די לויה האט זיך ערשט געפונען אויפן האלבן וועג, האט מען פלוצלינג דערזען,

passage_6cdea64b3b37bef3f12cd3d8