אן ס׳ווערט שוין נאכט. און די נאכט איז גראד גערוען אזא שטאק * פינסטערע, אז איינע ר האט נישט געזען דעם אנדערנס פנים, און ס׳איז אומעגלעך געווען צו שטעלן א שריט פארויס. די לויה איז שטיין געבליבן, און מיט די מיטה אויף די אקסלען האבן די יידן זיך געשטעלט דאווענען מנחה־מעריב. אבער פלוצלינג איז געשען אן אויסערגעוויינלעכע זאך. איידער די מלווים האבן אפגעדאוונט, האבן זיי דערהערט, ווי איבער זייערע קעפ נעמט עפעס פלאטערן מיט אזא צארט גערויש. און ווען זיי האבן דערהויבן זייערע אויגן, האבן זיי דערזען ׳ ווי איבער ר׳ אורילעס מיטה פליען א מחנה ווייסע טויבן מיט אנגעצונדענע ליכטלעך אין די שנאבעלעך. דער עולם האט פאדשטאנען, אז דאס האט גאט אראפגעשיקט מלאכים, וועלכע זאלן מיט אנגעצונדענע ליכט באגלייטן ר׳ אורילן צו די טויערן פון גן־עדן. דער אוהל אויפן קבר פון הרב ר׳ יששכר בעריש ז״ל האוהל על קברו של הרב יששכר בריש ז״ל 5. די ברכה פון רב ר׳ משהלע. אין ווינטערדיקע פארנאכטן, ביים ווארעמען בית־המדרש אויוון, הערט מען עס נאך פון זקנים דערציילן, אבער אויך יונגע מענטשן ווייסן דערפון און אפילו אין ספרים איז עס פארשריבן לזכרון, אויף אייביקע צייטן.
מיט דורו ת צוריק ׳אי ז אויפן בענדינער כסא־הרבנות געזעסן דער רב ר׳ משהלע. א ייד איז דאס געווען — די פארקערפערונג פון צדק און יושר — נישט געקענט קיין צורת־המטבע, און דערצו א גרויסער עניו. די בענדינער קהלה איז נאך אין יענע אלטע צייטן געווען א קליינע און אן ארימע, און די פאר גילדן חודש־געלט, וואס זי האט געצאלט דעם רב, האבן אים קוים גענוגט אויף לחם־עוני. האט ער טאקע שטענדיק געליטן דחקות, אבער קיינמאל נישט מתרעם געווען און פאר א בשר ודם זיך נישט געזשאלעוועט. אזוי זענען זיר יארן סארגאנגען, ביז ס׳איז געקומען א צייט, ווען דעם רב ר׳ משהלעס טעכטער זענען ראויות לחופה געווארן, און דא פארמאגט ער נישט קיין פרוטה ביי דער נשמה. אבער דעם רב האט עס ווייניק געארט. זיין באליבטער ענטפער אויף אלע טענות פון דער רביצין איז געווען: "כל מה דעביד רחמנא לטב עביד" (אלץ וואס דער אויבערשטער טוט איז צום גוטן). די רביצין האט אבער נישט געקענט פארטראגן אזא בזיון און אים גענומען כסדר צורעדן: — ויער רב אין א גרעסער שטאט, אזויפיל קהלות רייסן זיך איבער דיר, זיי ווילן דיר געבן פרנסה בריוח און אפילו פאר אונזערע כלה־טעכטער ווילן זיי זארגן. סוף כל סוף האט ר׳ משהלע שוין מער נישט געקענט פארטראגן דעם צער פון דער רביצין, און ווען ס׳זענען אנגעקומען פרישע שליחים, האט ער מסכים געווען צו ווערן רב אין א גרעסערער קהלה.
איז די גאנצע שטאט — מענטשן נשים וטף — ארוים מיט א געוויין און א יללה, בעת זי האט געדארפט זיך געזעגענען מיט איר לאנג־ יעריקן און באליבטן מר אדאתרא. — אויף וועמען, הייליקער צדיק, לאזט דו אונז איבער! גיב אונז כאטש דיין ברכה פת אוועקפארן! ר׳ משהלאַ איז שוין אבער געבליבן ביי זיין באשלוס צו פאר־ לאזן בענדין. און ווען דאם פורל האט גענומען רירן פון ארט, האט ער אויפגעהויבן די הענט צום הימל און געבענטשט די בענדינער יידן׳ און אזוי געטאן זאגן: — אויבעם וועט חס וחלילה נגזר ווערן א שריפה אויף אייער שטאט, זאל דאם נישט קיין שליטה האבן מער ווי אויף איין הויז. און טאקע ביז היינט האלט נאך אן דעם צדיקם ברכה. אויב ס׳ברעכט אין בענדי ן אמאל אויס א שרפה, ווערט בלויז אפגעברענט איין הויז. צוויי הייזער מיט אמאל האבן נאך נישט זייט דעמאלט נעברענט אין אונזער שטאט:.. מקורות און ביבליאגראפיע: ארכיוון פון דער שטאט בענדין. / פנקס פון דער "חברה קדישא".
פנקס פון דער ״חברה חיטים״. / פנקס פון דער "חברה תהלים". פנקס פון דער חברה ״הכנסת כלה״. / דערציילונגען פון בענדינער זקנים. / געשפרעכן מיט בענדינער פאליטישע און געזעלשאפטלעכע טוער. / ״אוצר ישראל״, נויארק, תרע״ב. / "יעוורעיסקאיא ענציק־ לאפעדיא״, פעטערבורג. / ״ענציקלאפעדיע יודאיקא׳ / בערלין 1929. / משה פיינקינד, "די געשיכטע פון דער בענדינער קהילה אין דער צווייטער העלפט פון 19־טן י״ה, א סעריע ארטיקלען געדרוקט אין דער ״זאגלעמביער צייטונג״, 1934 נומער 1—4. / ד״ר ר. מאהלער און ד״ר ע. רינגעלבלום, "געקליבענע מקורות פון די יידן אין פוילן און מזרח אייראפע, ווארשע 1930. / ד״ר י. שיפער, "די ווירטשאפטס־ געשיכטע פון די יידן אין פוילן בעתן מיטלאלטער״, ווארשע 1926. / ..היסטארישע שריפטן ״1 באנד, ווארשע 1929. / גרשם באדער, ״דרייסיק דורות יידן אין פוילן, ניו־יארק 1927. / נ. א. בוכבינדער, "די געשיכטע פון דער יידישער ארבעטער באוועגונג אין רוסלאנד", ווילנע 1931. / יצחק ניסנבוים ״עלי חלדי״, וורשה, תרפ״ט. / -0>01 1 1690>51א\0־ו96כ 1 23916619 265210501־1 ? 2 * ,1>$1ז1ו^-ז0*ח3> 1 .4י ז 3אי523ז3^\,"(6ח320>0ז1> 0 01506 ? א י ו2(0ץ2 ״ / 160, 1931אי0ח505,׳׳ץ0; 1 ׳״516ץ־ו23 א י 1>!015 ? 0(0־ 0511 9[־ו510ו1־1 " ,2663־011> ! אי1513וו 513 / . 1932 .1917 , 111 וחס ! ־32־