ווערט רייף דער געדאנק פון פארייניקונג פון אלע זאגלעמביער לאנדסמאנשאפטן אין ארץ ישראל אין איין פארבאנד. אין יאר 1949 קומען זיך צענויף עטלעכע הונדערט זאגלעמביער אויף אן אלגעמיינער פארזאמלונג אין לאקאל פון בית החלוצות אין תל־אביב, אויף וועלבער דער איחוד איז באשטעטיקט געווארן אץ עם אנטשטייט דער "ארגון יוצאי זאגלעמביע׳/ וועלכער נעמט אדום בענדין, סאסנאוויץ, זאמבקאוויץ און די ארומיקע קלענערע קהילות (טשעלאדזש, מאנדזשעוו, גרויצע, ניווקא און נאך). דאכד בראווע האט זיך צוליב פארשידענע טעמים נישט אנגעשלאסן אין פארייניקטן אלגעמיינעם אירגון, הגם מיר האבן געוואלט דורב־ אוים אויך זייער אנגעהעריקייט און געפירט מיט זיי לענגערע אע־ טערהאנדלונגען, אבער אומזיסט.
אלם פארזיצער פון ניי־אנגשטאנענעם אירגון איז נאמינירט געווארן איינשטימיק דער פארשטארבענער געוועזענער סאסנאוויצער רב ר׳ מנחם האגער זצ״ל, וועלכער איז געשטאנען 5 יאר בראש פון פאריין און פאר אים זייער פיל געלייסטעט. אלם געהילפס־פארזיצער זענען געווען טעטיק: נחמיה זינגער, די אדוואקאטן ד״ר רעכטמאן און ד״ר סאפיר און דוד ליווער! אלס סעקרעטארן — חיים טריגער און מרדכי האמפעל, קא* סירער — מאיר לאנדסמאן את אלם ועד־מיטגלידער: פדו גוטע זשוטקעוויטש (בן־יצחק), אדוואקאט ד״ר יוסף אור- שטיין, משה בנימין קליינמאן, חיים ווארשאוסקי, דוד מאריאנקא ז״ל, ישראל זאנאוונט, ישראל שווייצער, מנחם געלבאנד, די ברידער שלמה און יוחנן לאודן און אדוואקאט ד״ר פאול מייטלים, וועלכער איז געשטארבן מיט א טראגישן טויט, אויסהויכנדיק זיין נשמה בעת זיין הספד פול מיט געפיל און צער אויפן אזכרה (1957) צום אנדענק פון די זאגלעמביער קדושים ביי זייער מצבה אויפן בית הקברות אין נחלת־יצחק. ווען מיטן אירגון האט אנגעפירט הרב האגער עליו השלום,
האבן מיר געציילט איבער 500 ארגאניזירטע חברים, וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען גאנץ אפט אויף חבר׳שע פגישות, קאנצערטן, פארוויילונגם־אוונטן, נישט רעדנדיק שוין וועגן די גרויסע און פול באזוכטע טראדיציאנעלע אזכרות אין גרויסע זאלן פון תל־ אביב (אוהל־שם) צו יעדע יארצייט (תשעה באב) פון אונזער פארטיליקטער קהילה. דער שרייבער פון די שורות האט אלס סעקרעטאר געשטאנען אין שטענדיקן קאנטאקט מיט אונזערע לאנדסמאנשאפט ן אין חוץ * לארץ, אץ מיט די שרידים אין פוילן. ווען ס׳האבן באזוכט ישראל אונזערע עסקנים און פילאנטראפן פון אויסלאנד, זעגן איינגע * ארדענט געווארן לכבוד זיי פייערלעכע אסיפות און א "גלעזעל טיי", ווו מיר האבן געמיטלעך פארבראכט, דערמאנענדיק זיך אין די אמאליקע גוטע צייטן, ווען דאם יידישע בענדי ן האט נאך עקזיסטירט. אזעלכע אויפנאמע ס זענען פארגעקומען לכבוד די געסט פון פראנקרייך, אמעריקע, שווייץ און ענגלאנד: יחיאל קא - טינסקי, מאטל גאלד, ה. העלער, מ. שווימער, אברהם לייווער, שלמה פעלדמאן און יאסל ראזענזאפט, וועלכער האט תמיד געשטיצט אונזער פארבאנד מיט גרעסערע שפענדונגען, ווי־אויך נויטבאדערפטיקע יחידים.
אונזער פארבאנד שטייט עד היינט אין פארבינדונג מיט עטליכע בענק אין תל־אביב, וועלכע ערטיילן אונז הלוואות, וואס מיר בארגן ארויס, אן א פראצענט, יעדן נצרד, א דאנק זיי האבן מיר טאקע געהאלפן אסך דורך איינקויפן פץ ארבעטם־מכשירים, אדער ביי א שיכון. עסקני יוצאי זגלמביה בתל־אביב עסקנים פון ארגון יוצאי זאגלעמביה אין תל־אביב עומדים מימין לשמאל: שטייען פון רעכטס צו לינקס: ישראל זונאבנד, טוני סרצאז / גב׳ נייפלד, אברהם גולה קלמן הוניגמן, צבי זילברשטיין, אלימלך דיאמנט, יוחנן לאודן, חיים ורשבסקי, ישראל שווייצר, מנחם גלבנד. יושבים: זיצן: משה בנימין קליינמן, גוטה ג׳וטקביץ (בן־יצחק), עו״ד ד״ר ראובן רכטמן, רעכיל גוטמן, דוד ליור, מרדכי המפל. 388 -