Original scan
Original memorial-book scan 396
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1247

| מש הראטענבעו־נ' | / 3 . דער בענדינער קאמיטעט אין פארק נאך דער צחייטער חעדט־טלחטה •••וין פארן צווייטן וועלט־קריג האט זיך דער קאמיטעט פון די #•1 בענדינער לאנדסלייט אויסגעצייכנט אויפן געביט פון צוטיילן הילף, אין אלע פארמען, פאר אונזערע בני־עיר. אבער די עיקר ארבעט האט זיך אנגעהויבן נאכן פארענדיקן פון דער צווייטער וועלט־מלחמה. גלייך נאכן צוריקקומען קיין פאריז פון די פארשידענע אויס־ באהאלטענישן האבן מיר א גרופע קאמיטעט מיטגלידער, גענומען אויף זיך צו ארגאניזירן פונדאסניי די הילפס־ארבעט, וועלכע איז דאמאלס ממש געווען א לעבנס־פראגע פאר די הונדערטער משפחות און די געראטעוועטע דעפארטירטע אץ אויסבעהאלטענע פאריזער לאנדסלייט, וועלכע זענען מייסטנס צוריקגעקומען בעירום וב־ חוסר בל. קורץ דערנאך האט זיך אנגעהויבן דער גרויסער שטראם פון זאגלעמביער לאנדסלייט, וועלכע זענען געקומען פון די מערב און מזרח אייראפעאישע לענדער, פון די ארבעטס־לאגערן אין וועלכע אונזערע ברידער און שוועסטער האבן אוועקגעגעבן זייערע כוחות *) בעתן דרוקן די שורות האבן מיר באקומען, צו אונזער גרויסן מיטלייד, די טרויעריקע ידיעה וועגן טויט פון פריינד משה ראטענבערג ז״ל, ערן־פרעזידענט פון דער בענדינער סאסיעטע אין פראנקרייך. — די רעדאקציע

passage_85f8336c8cb7daefba6502a7
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1249-2523

פאר דער נאצישער קריגס־מאשין. אויסגעמוטשעטע, ווי שקעלעטן, האבן זיי זיך צוגעשלעפט צו דעם דאמאלסט גרויסן יידישן צענטער — פאריז. אונזער קאמיטעט האט מיט איבערמענטשלעכע כוחות זיך גענומען צו דער הייליקער הילפס־ארבעט. מיר האבן אויך פאראינטערעסירט אלע געזעלשאפטלעכע־און פילאנטראפישע וועלט־אינסטיטוציעס ווי דזשאינט, ארט א. א. אבער די הויפט־ארבעט איז געליגן אויף די קאמיטעט־מיגלידער, וועלכע האבן צוליב זייערע באשיידענע הילפס־מיטלען, נישט אייג־ מאל זיך* געמוזט טיילן מיטן ביסן ברויט. אונזער קאמיטעט איז געווארן א שם־דבר אויף דער יידישער גאס. און ס׳זענען געווען פאלן, ווען אויך נישט־זאגלעמביער האבן זיך געווענדעט צו אונז נאך חילף, אנגעבנדיק זיך אלס געוועזענע תושבים פון אונזער אלטער חיים. א קאמישער פאקט איז געווען, ווען א פרומער יונגערמאן האט באוויזן, אז ער האט אמאל גענעכטיקט אין בענדין דריי נעכט נאכאנאנד און על פי דין הייסט ער א בענדינער. זעלבספאר־ שטענדלעך, האבן מיר נישט בודק געווען די ציצות ביי די נויט־ באדערפטיקע ברידער אונזערע און אלע געהאלפן. א באזונדערער פראבלעם זענען געווען די יוגנטלעכע פליטים, ישיבת ועד יוצאי זגלמביה בפאריס בהשתתפות אברהם לויד מאמריקה א קאמיטעט־זיצונג פון פאריזער סאסיעטע מיט אברהם ליווע פון אמעריקע

passage_76dbb4f60da33f75edbf0ed2
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2525-2787

יושבים מימין לשמאל: עם זיצן פון רעכטס צי לינקס: עדמאנד פרץ ז״ל, הערצקע העלער, א.מ. לאודאן. משה ראמענבערג ז״ל, מרדכי גאלד, אברהם ליווער (ער רעדט), יעקב ראטענבערג ז״ל, פרד ליווער, ברעדין, האלצער, טוביה האסענבערג, בראט. - 392 -

passage_d45211c147f8319711b60c38