וועלכע זענען געקומען קיין פאריז אן עלטערן, אדער אנדערע קרובים. מיר האבן געמוזט זארגן פאר די קינדער, ספעציעל פאר די מיידלעך, זיי זאלן חלילה נישט אריינפאלן אין נעץ פון נישט־ריינע און לייכטע פרנסות. מיר האבן געזארגט אז זיי זאלן זיך אויסלערנען א פאך, געגעבן זיי די נויטיקע מעדיצינישע הילף. מיר האבן זי אויך ראן גלייך געשטעלט אין קאנטאקט מיט אלע דאמאלסט־עקזיסטירנדיקע ביוראוס פון אויפזוכן קרובים, אויך זענען מיר געשטאנען אין פארבינדונג מיט דער יידישער אגענטץ. מיט איין ווארט: אלע פליטים האבן געפיגן ביי אונז א ווארעמע היים, און א דאנק אונזער הילף זענען פיל משפחות צוריקגע * שטעלט געווארן אויך אויף די פיס. ט׳זענען יעצט פאראן אין פאריז זייער פיל וועלכע זענען פארוואנדלט געווארן פון מקבלים אין נותנים, און באטייליקן זיך אין יעדע הילפס־אקציע, וועלכע פיר ארדנען איין פון צייט צו צייט. א באזונדער קאפיטל איז געווען דאס זארגן פאר די עולים, וועלכע האבן זיך געלאזט מיט דער עליה ב' קיין ארץ־ישראל ז ווי אויך דאס העלפן דעם ארגאניזירן און שיקן אונזערע יומס ־ לעכע, וועלכע האבן זיך מאביליזירט צום באפרייאונגם־קאמף פון מדינת ישראל, ווו זיי לעבן ביז היינט און באטייליקן זיך אין אויפבוי פון אונזער מדינה. םייב■ גאלי /4.בענדיוע ר א1 ן זאגלעמביער פארבאנדאין פראנקרייך
•■יי י בענדינער און זאגלעמביער סאסיעטע (פארבאנד) אין 1 פאריז איז אנשטאנען אין יאר 1925, און האט עקזיסטירט ביזן אויסברוך פון דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער פאריין האט געהאט אן אויפגאבע צו ערטיילן הילף די יעניקע זאגלעמביער לאנדסלייט, וועלכע האבן זיך אין דעם גענויטיקט. אזוי ווי דער מנהג איז אין פראנקרייך, אז יעדער סאסיעטע שאפט פאר זיך א ברודער־ קבר — האבן מיר אויך געזארגט נאך ביי אונזער לעבן צו קויפן א קרקע אויפן פאריזער בית־הקברות, ווו מיר האבן אויפגעבויט א גרויסן קבר־אחים פאר אונזערע לאנדסלייט אחרי מאה ועשרים שנה. דריי אונזערע בני־עיר זענען שוין געקומען צו אייביקער רו אין דעם ברודער־קבר, אויף וועלכן ס׳איז אוועקגעשטעלט געווארן א גרויסע און שיינע מצבה. כדי צו באקומען די געלט־מיטלען האבן מיר איינקאסירט ביי אונזערע חברים חודש־אפצאלן, און יעדעס יאר אייגגעארדענט פארוויילונגס־אוונטן, וועלכע האבן אונז געבראכט שיינע הכנסות. מיר פלעגן זיך אויך צונויפקומען אויף יערלעכע אלגעמיינע פארזאמלונגען, אויף וועלכע ס׳זענען געוויילט געווארן נייע קא־ מיטעט־מיטגלידער. די וואלן קומען אן נישט אזוי לייכט, ווייל ן די סאסיעטע באשטייט פון אלע אונזערע בני־עיר, וועלכע געהערן
ביום השנה והזכרון לקדושי זגלמביה בבית העלטין בפאריס אין יארטאג פון די געפאלענע זאגלעמביער קדושים אויפן פאריזער בית־עולם - 393 ־