א^פ״לדםאן / 7. דננר בנ1נדינער*סאסנאו1יצער פארבאנד אין אמעריקע יך■ערסארבאנדאיזגעגרינדעטגעווארןאין1908, וועןס׳זענען 1אנגעקומעןקייןאמעריקעדיערשטעעמיגראנטןפון בענדין. מיט50יארצוריקהאבןזירצונויפגעטראפנעטלעכענבע־ דינער־סאסנאוויצערלאנדסלייטאיןהויזפוןאונזערןבן־עיר, רעסעלעפרימארגןז״ל, אוןביידעםצוזאמענקונפטאיזגע־ לייגטגעווארןדערגרונדשטייןפוןדערסאסייטיאוןדערפאר־ שטארבענערפרימארגןאיזדערוויילטגעווארןאלםטשערמאן (פארזיצער). נח קאהן ז״ל—וויצע־פארזיצער; א1ן פינאנץ־ סעקרעטארמאריספרידמאןאוןאייזיקשיין—פראטאקאל* סעקרעטאר. מיטדערצייטהאטזיךדערפארבאנדאנטוויקלטאוןפאר־ גרעסערטאוןמירהאבןגעמוזטדערוויילןסטאבילעבעאמטעמיט דערדערלויבענישפוןדעררעגירונג, אוןאלםפרעזידענטפון פארבאנדאיזדאןבאשטימטגעווארןיאסלפרידמאןז״לאון מאקסגערשטענפעלדאלםקאסירער. בקרובפייערןמירדעם50־יעריקןיובלפוןדערסאסייטי מיטאגרויסןבאנקעט, אויףוועלכןס׳וועטרעזיומירטווערןדער סך הכלפותאונזער50־יעריקערדערפאלגרייכערטעטיקייטלטובת די אינטערעסן פון דיזאגלעמביערלאנדסלייטאיןאמעריקעאין אשווערערצייטפארזיך.
באזונדערם זענען מיר געווען שעפעריש אין די יארן פון דער צווייטער וועלט־מלחמה. אונטער דער פירערשאפט פון אברהם קר&קאווסקי, מאדים רום, נארמאן צווייג, פענקין, ד. א מ- בורגער און נאך אנדערע, האבן מיר זייער פיל אויפגעטון. אין דער דאזיקער צייט האבן מיר געשאפן 26 טויזנט דאלאר, און געהאלפן די בענדינער־סאםאנאוויצער לאנדסלייט אין יעדן לאנד ווו זיי האבן זיך געפינען, ווענדנדיק זיך צו אונז נאד הילף. מיר האבן תמיד געשטיצט מיט געלד און פאקעטן, און דאם טון מיר עד היום. דער פאראל פון אונזער פאריין איז: "ואהבת לרעך במוך", און דאם זענען מיר מקיים אץ מיר האבן באקומען א גוטן שם אין דער יידישער געזעלשאפט *) . מיד זענען אנגעשלאסן אין אלע יידישע אינסטיטוציעם, און מיר טראגן ביי אונזערע יערלעכע ביישטייערונגען דעם "יונייטעד דזשואיש אפיל", דעם געווערקשאפטן־קאמפיין, דעם קרן קיימת לישראל, דער געזעלשאפט "ארט" און נאך אנדערע וווילטעטיקע ארגאניזאציעם. אונזער מיטגלידערשאפט באשטייט פון 150 פארשריבענע חברים, אבער לעצטנס איז געשטיגן די צאל מיטגלידער דורך די ניי אריבערגעקומענע בענדינער און סאסנאוויצער יידן.
דער יעצטיקער פרעזידענט פון פארבאנד פריינט מאריס רום, דער איינציקער לעבענס־פארבליבענער, עד מאה ועשרים שנה, פון זיינע גרינדער און איניציאטארן. מיט אים ארבעטן מיט: העררי באכמאן — וויצע־פרעזידענט. עדי ד. אמבורגער — קאסירער, אב. פעלדמאן — פינאנציעלער סעקרעטאר, אייזיק דאגן — פראטאקאל־סעקרעטאר, איציק אפערט, דוד בלו־ מענפעלד — ערשטער טראסטי, פ. ראזן — צווייטער טראסטי, ארטור ווינער — דריטער טראסטי. געוועזענע פרע־ זידענטן: אברהם קראקאווסקי, נייטעןבוש, קארל גאלד־ בערג, העררי באכמאן, נארמאן גאלדצווייג און איזידאר בלייפער. לעצטנס זעגן מיר באשעפטיקט מיטן בויען פון א מאנומענט לזכר אונזערע קדושים, הי״ד. דאם אוועקשטעלן דעם מאנומענט איז דא פארבונדן מיט גרויסע שוועריקייטן, אבער מיר וועלן עס אדורכזעצען. מיר פרייען זיך מיטן נאענסטן באווייזן פון דעם ספר הזכרון ("פנקס בנדיך) נאך אונזער פארשניטענער שטאט, וואס וועט אין אונז דערוועקן זכרונות פון דער אלטער היים. אין נאמען פון אלע מיטגלידער פון דער אמעריקאנער לאנדס־ מאנשאפט, גריסן מיר גאר פריינטלעך אלע אונזערע לאנדסלייט אין דער גארער וועלט.
*) פון "ארגון עולי זגלמגיה" אין ישראל דערוויסן מיר זיך, אז אזא הילף איז די זאגלעמביער אידן אין ארץ ישראל נישט דערטיילט געווארן, הגם דער ארטיקער פארבאנד האט זיך פיל מאל געוואנדן צו דער סאסייטי אין אמעריקע. — די רעדאקציע. - 98 ? ־