רער 19קס פ1ן רעד חברה תהלים דער פנקס "דחברא תחלים וגמילות חסדים״— ווי די דאזיקע חברה ווערט באצייכנט אויפן שער־בלאט— איז דערהאלטן אין א גוטן צושטאנד. אויך דאס שער־בלאט, וואס איז פארביק אבער פרימיטיוו ארנאמענטירט׳ איז גוט דערהאלטן. די גרינדונגם־דאטע פונם פנקס קאן מען אויסזוכן אינם פרט פון פאלגנדיקן פסוק׳ וואם איז אנגעגעבן— לויט אן אלטו יידישן מנהג— אויפן שער־בלאט: בשנת: "למנ׳צח ב׳נ׳גי׳נ׳ות׳ מז׳מו׳ר לד׳ו׳ד" [די מיט די שטריכן באצייכנטע אותיות שטעלן צוזאמען דאם יאר תקס״ט (1829)]. די דיק פונם פנקס איז5 צט. דער פארמאט22x23 צמ. אין א גוטן איינבאנד מיטא לעדערנעם רוקן. אויפן עמוד ב' געפינט מעןא ברייטע, מליצותדיקע פארהער־ לעכונג פון קדושת שבת קודש און עם ווערט דארט אנגעוויזן, דאם אזוי ווי בעוה״ר (בעוונותינו הרבים) לאזט זיך די בענדינער יוגנט וווילגיין יעדן שבת קודש מיט טענץ און געזאנג— דעריבער האבן די בענדינער בעלי בתים באשלאסן זיך צוזאמענצוקומען און האבן אנגענומעןא באשלום צו גרינדןא חברה תהלים. די מיטגלידער פת דער חברה זענען מחויב, סיי זומער און סיי ווינטער, יעדן שבת זיך צוזאמענצוקומען איו דער שול און פארברענגען די צייט ביי תחלים זאגן מיט געזאנג און שמחה. אויפן עמוד ג׳ געפיגט מען10 תקנות מיטא קליינע איינלייטונג, פון וועלכע מיר ציטירן דא די וויכטיקסטע:
תקנות גדולות שיש כאן עשרה תקנות כנגד עשרת הדברות נעשו ונגמרו בזמן מתן תורתנו בא״ח (באחרון) של שבועות תקפ״ט לפ״ק וא לישראל לפרט מעתה ועד עולם אמן ואמן". תקנה א) עלה במוסכם אצל בני החברה קדישא של תהלים שב ל בני החברה קדישא מחויבים להודות ולהלל ולשבח בשירי דוד עבדך באמיר ת תהלים מידי שבת בשבתו וגם ביו״ט ובכל ערב ראש חודש וזיין אדר דהיינו מידי שבת ויום טוב איזה ספר יתחלים ובערב ראש חודש ובזיין אדר כל חמשה ספרים בפעם אחת. וכל מי שיעבור בלי סיבה או איזה אונס המונע אותו מלבא בחצרות ד׳ בית אלקים לומר תהלים יוקנס בששה גדולים פוליש לחברא. תקנה ב) קבלו החברה על עצמם שבאם ח״ו יחל ה אחד מהם ר״ל ויהי׳ נצרך לסיוע עם ממון להשיב נפשו ולכלכל מחליו ולרפאותו מחויבים ליתן לו מקופת החברה כפי ראות עיני הממונים וגם באם ח״ו יהי׳ עת צרה ויהי׳ מהצורך להתפלל עבור החולה אם דל ואם עשיר אשר ישכיל אל דל ואין דל אלא חולה דל מיקרי מחויבים כל בני החברה קדישא להת- אסף יחדיו מותאמים להתפלל עבורו ולומר תהלים ועבור זה מחויב החולה ליתן לקופת הצדקה לחברא הנ״ל שמונה עשר גדולים כמנין ח״י ח יזכור. תקנה ד) מחויבים לגמול חסד עם החיים דהיינו להלות מתוך הקופה לכל נצרך עני ואביון על משכון באופן שיהי׳ שוה כפלים מכפי הלואתו בלי שום רווחים לשלם החוב אפילו לאחדים.
וגם אם יבוא אורח הגון יתנו לו כפי ערך אשר יתנו לו החברא קדישא דגומלי חסדים טובים דביקור חולים ונר תמיד דפה חלק שלישי והקאסירער לא יוכל ליתן מדעת עצמו אפילו פרוטה אחת מתוך הקופה מבלי קוויטל בחתימת גבאי חודש והנאמן. תקבל.!?) אם יעשו א׳ מצבי הברא קדישא הלזו נשואין לא׳ מצבי הן לבן או לבת מחויב ליתן לתוך הקופת הנ״ל מכל מאה זה׳ (זהובים) נד״ן ששה גדולים והילדים אשר יוולדו לו לאחד מבני החברא קדישא מב״ן ששח גדולים ומבת שנים עשר גדולים. תקנה יוד) וטוב לב במשתה תמיד בכל שנה ושנה בשבת ראשון אחר הפסח מחויבים לעשות משתה ושמחה בבית גבאי פרנס חודש לשמוח יחידו בבשר ויין ודגים בסעודת מצוד. וכל אחד מבני החברא קדישא מחויב ליתן לסיוע ח״י גדולים קודם עשיית הקלפי ובשמחת לבינו לא יתערב זר חוץ מי שיסכימו הממונים כתיקון בכל החברות. איבערזעצונג: די גרויסע (וויכטיקע) תקנות, וואס געפינען זיך דא זענען צען אין דער צאל אנטקעגן די צען געבאט, געמאכט און אויסגעפערטיקט אין דער צייט פון מתן תורה אין לעצטן טאג (אסרו חג) פון שבועות תקפ״ט (1829) לפ״ק וא״ל ישראל לפרט. פון איצט ביז אייביק אמן ואמן.
ערשטע תקנה ) עס איז באשלאסן געווארן ביי די מיטגלידער פון דער הייליקער חבר ה תהלים, אז אלע חברים זענען מחויב צו לויבן און דאנקן מיט די געזאנגע ן פון דוד המלך, דורך זאגן תהלים יעדן שבת און אויך יום טוב און יעדן ערב ראש חודש, ווי אויך אינ ם זיבעטן טאג פון חודש אדר, (אין דער יארצייט פון משה רבינו), דהיינו יעדן שבת און יום טוב דארפן אויסגעזאגט ווערן אייניקע ספרים (טיילו) פון תהלים, און אין ערב ראש חודש, ווי אויך אין זיבעטן אדר — אלע 5 ספרים פון תהלים מיט אמאל. און וועדעם וועט איבער זיין אויף דער תקנה אן א סיבה אדער אן אונם, וואס זאל אים שטערן צו קומען אין דער שול, אין גאט ם הויז, צו זאגן תחלים — וועט באשטראפט ווערן מיט א קנס פון זעקס פוילישע גראשן לטובת דער חברה. צווייטע תקנה ) די מיטגלידער פון דער חברה האבן גענומען אויף זיך א התחייבות, אז ווען ס׳וועט חס ושלום איינער פון זיי קראנק ווערן און ר׳וועט ברויכן אנצוקומען נאד אן אונטער־ שטיצונג, כדי זיך צו ראטעווען דאס לעבן און אויסצוהאלטן זיין קראנקהייט מיט דער היילונג — זענען זיי מחויב אים צו געבן פון דער חברה־קאסע לויטן איינזען פון די ממונים (עלטסטע). און אויך ווען ס׳וועט חס ושלום זיין אן עת צרה און מ׳וועט ברויכן צו בעטן פאר קראנקן, סיי אן ארי־
מאן און סיי אן עושר — וויי ל אי ז דעם, וואס האט פארשטענדניש פארן ארימאן — און ס׳איז נישט נא ך אזא ארימאן ווי א חולה, וואס ווערט טאקע אנגערופ ן דל (ארימאן), דאן דארפן זיך אלע מיטגלידער פון דער חבר ה צוזאמענקומען, כדי צו בעטן פאר דעם קראנקן און זאגן תהלים. און דערפאר איז דער חולה מחויב איינצוצאלן אין דער צדקה־קאסע פון דער חבר ה 18 גראשן, אזויפיל וויפיל ס׳באט רעפט דאס ווארט "חי" (לעבן), צום לעבן צו דערמאנען. פערטע תקנה) מען דארף גומל חסד זיין מיט די לעבעדיקע (געזונטע מיטגלידער), ד״ה צו בארגן יעדן נויטבאדערפטיקן אויף א משכון, וואס דארף האבן דעם טאפלטן ווערט פון דער הלואה, אן שום פראצענט אויסצוצאלן אפילו אין די קלענסטע ראטעס. און ווען ס׳וועט קומען אן אנשטענדיקער אורח, דארף מען אים געבן אן אונטערשטיצונג א דריטל פון דעם, וואס ער וועט באקומען פון דער חבר ה גומל י חסדים טובים, 46