פון זיי ט 120 קומען די איינשרייבונגען פון די חברו? גבאים, וועלכע ווערן באשטימט דורך די בוררים, וואס האבן זוכה בגורל געווען אין דער "קלפי כשירה". דער רב ר׳ דוב בעריש הערציגער ז״ל, אין וועמענס צייט און מיט וועמענס מיטהילף די חברה איז געגרינדעט געווארן, איז געווען דער ערשטער "על גביהם" (ערן פרעזעס). אחוץ דעם זענען יעדעס מאל באשטימט געווארן 3 "אלופי ראשי השגחות" (אמין אויפזיכט ראט), 3 ״אלופי גבאים״ (עקזעקוטיוו), 3 "אלופי רואי־חשבון" (רעווידיר־קאמיסיע) און א קאסירער. אויף דער זייט 150 געפינט מען פאלגנדיקע נאטיץ: "לזכרון מה שנתנו מהחברה הכנסת כלה לכלות עניות בנות עירנו מיום שנתיסדה". ד״ה "צום אנדענק, וואט אונזער חברה האט די פילסודסקי גאס רחוב פילסודסקי אויסגעצאלט זייט איר עקזיסטענץ לטובת ארימע כלות פון אונזער שטאט". נאך דעם קומט א לאנגע רשימה, וועלכע נעמט ארום אונטער * שטיצונגען פון יאר תר״ב ביז תרכ״ח (1842—1868), וואט זענען אויסגעצאלט געווארן פארשידענע נויטבאדערפטיקע יידישע משפחות, כדי זיי ארויסצוהעלפן ביים חתונה מאכן זייערע טעכטער. אויף די ווייטערדיקע זייטן ביזן נומער 160 געפינען זיך די רעזולטאטן פון די יערלעכע קלפיות. אויף זייט 161 געפינט מען א הסכמה פאר דער חברה, געשריבן אין יאר תרל״ח (1878) דורך דעם דעמאלטטיקן בענדינער רב ר׳ יצחק קימעלמאן ז״ל.
אויף דער זייט 187ענדיקט זיך דער אלטער טייל פון פנקס און ט׳הויבט זיך אן דער נייער טייל, וואס איז צוגעגעבן ג^וי^רן אין יאר תרל״ט (1879) און איז נומערירט פון 188 ביז 270. די ווייטערדיקע בלעטער זענען גענצליך אן נומעראציע. אין יאר תרכ״ז (1867) האבן די חברה מיטגלידער איינגעפירט א נייע תקנה (זייט 188), לויט וועלכער זיי האבן זיך מתחייב געווען קעגנזייטיק זיך צו העלפן. אין פאל דאך א מיטגליד ווערט קראנק דארפן צו אים קומען חברים אלט משמורים צו וואכן ביי אים א גאנצע נאכט. קיינער פון די חברים טאר זיך נישט אפזאגן פון צו גיין אויף א משמור, ווען די גבאים וועלן זיי באשטימען. ווען איינער פון דער חברה שטארבט, דארפן די חברים, וועלכע די גבאים באשטי * מען, שאפן ביי אים אין שטוב א מנין און דארט דאווענען במשך פון 4 וואכן. ווער עס וועט זיך נישט צופאסן צו דער דאזיקער תקנה, האבן די גבאים דאס רעכט יענעם צו דערווייטער פון דער חברה. אויף די ווייטערדיקע זייטן קומען די רשימות פון די גבאים פון יעדן יאר. אין די לעצטע יארן ׳ זייט תרפ״ז (1927), ווערן די גבאים רשימות איינגעשריבן מיט כתיבה־אותיות דורך א סופר. אין יאר תרפ״ז זענען אויך אריינגעטראגן געווארן פאלגנדיקע תקנות, געשריבען אין יידיש מיט כתיבה אותיות דורך א סופר, וועלכע מיר געבן דא איבער לויט דער אריגינעלער טראנטקריפציע.
א) אזוי אוויין אין יאר תרפ״ז האט זיך גימאכט אין די חבר הוועד הכנסת כל הפון עטליכע פערזאן וואט האבן גיוואל ט מתק ן זיין תקנות וואט איז קייג ן די חבר הוואט עט האט געקאנ ט ברענגען אז די חברה זאל פארניכטע ט ווערן דוירך דעם ח״ו ע״כ האבץ מיר זי ו גישטארקט מיט אלע כוחות אין די חברה הכנסת כלה איז צוריק אויף זיין עגזיטענטץ דריבער האבין מיר מתק ן גיווע ן ווער ע ט ווע ט זי ו אנטוואגע ן אויפ צ י שטיין קייגי ן די חברה הכנסת כלה מעגמען דעם פארזאן אויסמעקין פון פינקם הזהב אןשים פרעטענציע צ י ד י גבאים וואט וועלין שול ט זיין אין דעהר צייט. ב) יעדע ר מיטגליד מיז קימען לכל הפחות 6 מאהל אין יאר צים דאווינען דהיינו 1 מאהל דוירך 2 חדשים ווען נישט קען ער נישט האבץ קיין ווא ל ריכט דהיינו ער וועט נישט אריין גיין אין די קלפי אין דיא צייט ווען מען מאכט איי ן קלפי. ג) יעדע ר מיטגליד וואט וועט נישט ערלעדיגן וואט ער האט צי ערלעדיגי ן צ י מיט געלד זאכן צ י עפיס אנדערש קען ער ערלעדיגן ביז פ׳ תולדת אין ער קען ערלעדיגן דוירך א צווייטן אי ן אויב ער וועט נישט ערלעדיגן ביז צ י ד י צייט קען ער אויך נישט אריין גיין אין די קלפי.
ד) דעהר וואט זיי ן הצלחה ברענגט עט וואט ער קימט ארוים אללעם בורר קען נישט פארקויפן און נישט אוועק שענקען אויסער מיט הסכמה פון די א רו ב חברה און אויב ער וועט האבן פארקויפט פאלט אוועק זיין גאנץ רעכט אין די אנדערע 2 בוררים טיען וואט זי י וועלין וועל" . דאן קומט די אונטערשריפט פון הרב ר׳ צבי חנוך לעוין ז״ל . די אייגנטלעכע טעטיקייט פון דער חברה און די באזונדערע געשעענישן צווישן די חברים זענען ליידער נישט ווי געהעריק באלויכטן געווארן אין זייער פנקס . די שרייבער האבן זיך בלויז באגרענעצט צום איינשרייבן די מיטגלידער און די רשימות פון די גבאים . 45