Original scan
Original memorial-book scan 48
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1076

אייגענעם מנין מוזן זיי קומען לויט דער רשימה, וואס דער גבאי מאכט, כדי עם זאל שטענדיק זיין א מנין צו דער השכמה (ערשטער מנין). תקנה 18) א פועל, וואס קומט פון דער פרעמד און וויל נישט טון קיין שידור פון אונזער שטאט און דאו וויל ער זיך דא באזעצן בקביעות — קען נישט לענגער פארבלייבן אין דער שטאט ווי 3 יאר. דאם אדורכצופירן מוזן אלע חברים צוהעלפן. ווייטער קומען תקנות און באשלוסן פון די משגיחים, וואט איבערגעבן די חברה חייטים דאם רעכט צו נייען על כל צרה שלא תבא די בגדים פאר נפטרים׳ דערביי איז באווארן געווארן, אז די וואט וועלן זי ד מיט דעם פארנעמען זאלן אויספירן זייער ארבעט באימה וביראה, זיי זאלן דאן זיין ניכטער און נישט רעדן קיין דברים בטלים. דעם אפצאל פאר דעם דארפן זיי נעמען לויט דעם פארמעגן־ צושטאנד פונם פארשטארבענעמס קרובים און לויט די באשטימונג פון די משגיחים אדער גבאים פון דער חברה קדישא. אן ארימאן איז פטור פון אפצאל. אויפן בלאט 18 געפינט מען פאלגנדיקע תקנה, וועלכע איז געשריבן אין דעמאלטטיקן יידיש געמישט מיט לשון קודש:

passage_613867e69abc837463acba25
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1078-2299

יצא פסק בית דין מאתנו גבאים וממונים דחברא נושאי המיטה וועלכיס בשעת התמניות הקאלפע שלהם טאהרען די בוררים מן החיוטים נישט מאכן קיין שלושה גבאים נאר איין גבאי מעג זיין איין חייט און די אנדרי צוויי א גבאים מוזין זיין פון דער נעמליכער חברא נאד זיי טאהרען נישט זיין קיין חיוטים גם האבן די בוררים נישט קיין כח דם זיי א זאלין אליינס מאכן התמניות נאד זיי א מוזין קומען מיט די התמניות צו די גבאים מהחברא נושאי המטה די וואט ווערין דענטמאל זיין און די גבאים מהחברא נושאי המטה מוזין אויך זייערע ממונים מסכים זיין כדי עם זאל קיין שום מחלוקת פון צווישן דיא חברא חיוטין ואם לא יקיימו החברא חיוטים התקנות והפסק מה שעשינו וברשות הגבאים וממונים דח״ק אזי יוכלו החברא נושאי המטה לבטל את החברא חיוטים לעולם גם בגי החברא דחיוטים מחויבים לציית את הגבאים שלהם ואם זיי א ווילן נישט ציית זיין להגבאים שלהם אזי האבן די גבאים דחיוטין כח והרשא דעאם נעמליכין חברא מאן מרחק צו זיין פון דער חברא און האט שוין גאר קיין חלק נישט צו דער חברא חיוטין אויך האט עהר שוין גאר קיין טענה ומענה שבעולם גם הפנקס שלהם מוז ליגין אצל גבאי ראשון כדי עט זאל קיין מכשול נישט ארויס קומען.

passage_08752616c766eabeeb03531c
Passage 3normalized OCR · source chars 2301-3492

"כ״ז אנחנו גבאים וממונים דחברא נושאי המטה עשינו לטובת החברא דחיוטין למען ישמרו ויראו ולא יזידון עוד לעולם יום א׳ אסרו חג דשבועות ח' אייר לפ״ק פה בענדין". אויר די ווייטערדיקע בלעטער פון פנקס געפינט מען שוין נור בלויז איינשרייבונגען פון מיטגלידער און רשימות פון די קלפות, וואט זענען פארגעקומען יעדעס יאר. ט׳איז כאראקטעריטטיש׳ אז טיי ביי די רשימות פון די אוים־ געוויילטע גבאים אץ מיי ביי די איינשרייבונגען פון די מיטגלידער איז נישט פאראן קיין מוקדם ומאוחר (כראנאלאגישער סדר). די איינשרייבונגען זענען אפט איןא שטארק פארגרייזטן העברעיש. די טיבה דערפון איז, וואט אין קעגנזאץ צום פנקס פון דער חברה קדישא, איז דער פנקס פון דער חברה חייטים געפירט געווארן דורד געוויינלעכע פאלקם־מענטשן, נישט קיין תלמידי חכמים׳ און ממילא איז די שפראךא שטארק פארגרייזטע. דערביי איז צו באמערקן בדרך כלל, אז וואט שפעטער אן איע־ שרייבונג איז געמאכט אלץ מער די שפראך פארגרייזט. אין אלגעמיין ווערט פונם פנקס קלאר, אז די גרינדער פון דער חברה חייטים האבן זיך געשטעלט זייער וויכטיקע עקאנאמישע און גייטטיקע אויפגאבן׳ וועלכע ס׳איז זיי נור טיילווייז געלונגען צו דערפילן.

passage_b240245077c4d5a0ce102717
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3494-4741

אין דער איצטיקער צײַט איז פֿון דעם אַלעם פֿאַרבליבן די בלויזע פֿאָרם׳ וועלכע ווערט טיילווײַז אָפּגעהיט דורך די הײַנטיקע מיט־ גלידער. זיי מאַכן טאַקע יאָר־יערלעך די קלאַפּי און וויילן גבאים, אָבער די באַדײַטונג פֿון דער חברה און איר איינפֿלוס אויף די בעלי מלאכות און געזעלשאַפֿט איז כּמעט שויו גאָרנישט צו דערקענען. צום סוף מוז נאָך באַמערקט ויערך, אַז בײַם איבערגעבען אָריגי־ נעלע טעקסטן, טײַ העברעישע און סײַ ייִדישע האָבן מיר זיך באַמיט אָפּצוהיטן דעם גענויען אויסלייג פֿון די ווערטער לויט דעם ווי עס ווערט באנוצט דורך די שרײַבער אין פנקס. אַזוי צב״ש ווערט דאָס וואָרט "חיטים" (שנײַדער) אויסגעלייגט אַ מאָל "חייטים", "חייטיו", "חיוטים" און "חיוטין". ווי מיד זעען אַלזאַ געפינען זיך אין איין טעקסט די זעלבע ווערטער אין פֿאַרשידענע אויסלייגן . 10 דער פנקס פֿון דער חברה הכנסת כלה דער דאָזיקער פנקס פֿון דער "חברה הכנסת כלה וגמילת חס־ דים", ווי די חברה ווזנערט פֿאַרצייכנט אין די תקנות — איז פאַרלייגט געוואָרן אינעם גרינדונג־יאָר פֿון דער חברה ד״ה אין תר״ב (1842). דאָס בוך איז דיק 5 צ״מ, פֿאַרמאָגט 22 א 18 צ״מ און איז געבונדן אין לײַוונט מיט אַ לעדערנעם רוקן. דָא ם שער בלאט פעלט. די זייטן 1—3 זענען פאַרנומען מיט די תקנות פֿון דער חברה,

passage_6f8c703130fb40882c3d6a91
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4743-5850

אין וועלכע ט׳ווער ט פיל גערעדט וועגן דער וויכטיקייט פון מצות הכנסת כלה און ט׳ווער ן דארט רעגולירט די פליכט ן און רעכט פון די חברה מיטגלידער. די אנפירונג פון דער חברו? ווערט אויך רעגו־ לירט אויף דעמזעלבן אופן ווי אין אלע אנדערע חברות ד״ה דורך א קלפי, וואט ווערט יעדעס יאר איינגעארדנט, כדי צו וויילן בוררים, וועלכע באשטימען די גבאים און אנדערע אמט־לייט פון דער חברה. ׳ דער טעקסט פון די תקנות, געשריב ן אין העברעיש, איז מייטטנ ס שטארק אפגעריבן כמעט אומלעזבאר. אויף דער 4־טער זייט געפינט זיך א הסכמה פונם דעמאלטטיקן בענדינער ר׳ ב״ר׳ דוב בעריש הערציגער ז״ל׳ ווי אויך א באשטעטיקונג פון די משגיחים (דאזארעס). די ווייטערדיקע זייטן זענען פארנומען מיט איינשרייבונגען פון חברה־מיטגלידער זייט דער ערשטער גרינדונגס־צייט. ווייטער ביז נומער 83 זענען פאראן איינשרייבונגען פון דער שפעטערדיקער צייט׳ מייטטנ ם אן דאטעם. אויף די זייטן 84 ביז 90 געפינט מען איינשרייבונגען פון מיטגלידער, וואט זענען געמאכט געווארן דורכן דעמאלסטיקן דיין ר׳ יהודה לייב טעלנער ז״ל (א פאטער פון ר׳ יהושעלע דיין ז״ל). - 44 -

passage_779e5cd41b950c2943c109a3