בעלי מלאכות קאנען נישט אויסהאלטן די פועלים (געזעלן), וועלכע פארלאזן אויך די בעלי מלאכות, און דער פארקער אין לאנד איז געשטערט, מען קען נישט אדיין און נישט ארויס, דעריבער דארף יעדער בעל מלאכת צו געבן דעם געזעלן א דריט חלק פון פארדינסט פון יעדן שטיק ארבעט, נאכן אראפרעכענען די קאסטן פון די ליכט׳ וואס זענען פארברויכט געווארן צו דער ארבעט. אויב א בעל מלאכה האט צו דער ארבעט אויך א לעת יינגל, דארף פאר אים אראפגערעכנט ווערן א גראשן פון יעדן גילדן. אויב דער געזעל וועט נישט מסכים זיין אויף די באדינגונגען, טאר ער נישט אננעמען קיין ארבעט אין דער שטאט, און אויך נישט אויפן שטח פון א האלבן מייל ארום דער שטאט. דער ממונה פון דער חברה דארף זען, אז די פועלים זאלן נישט האבן קיין עול ביי דער אפרעכנונג. די לערן יינגלעך און געזעלן דארפן פאלגן די באשלוסן פון דער חברה. דער ממונה האט דאם רעכט צו נעמען משכנות פון די׳ וואס וועלן זיי נישט פאלגן, נאר מיטן באדינג, אז עס זאל נישט זיין קעגן די חוקי התורה און די תקנות פון דער קהלה". די תקנות פון דער חברה רעגולירן די פליכטן פון די חברים אין רעליגיעזער הינזיכט ווי אויך אין אלע ענינים, וואס האבן א שייכות צו זייער פראפעסיאנאלע לעבן. די וויכטיקסטע און כאראקטעריסטישע תקנות (געשריבן אין פנקס אין לשון קודש) זענען פאלגנדיקע.
תקנה1) יעדע ריידאי ן אונזער קהילה קען צוגענומען ווערן אלס מיטגליד פון דער חברה חייטין, אויב ער וועט ווערן צוגעלאזט דורך א רוב דעות פון די חברים. ער מוז דאן אריינטראגן נישט ווייניקער ווי 2 מאל ח״י (18) גראשן און איין טאפ מעד, ער דארף אויך באצאלן דעם מ״ץ (דיין) פאר איינשרייבן זיין נאמען אויפן בלאט פון פנקס. תקנה 2) יעדע ר מיטגליד צאלט וועכענטלעך 3 גראשן, וואס ווערט איינקאסירט דורךן שמש, וועלכער דארף דאס געלט יעדן ראש חודש איינצאלן דעם קאסירער פון דער חברה. א געזעל דארף צאלן 1 גראשן פון יעדן גילדן, וואס ער פארדינט יערלעך. אין דער תקנה 4 ווערט באשטימט די פארם פון דער קלפי, וואס דארף איינגעארדנט ווערן יעדן חול המועד פסח. אין דער תקנה 5 רעדט זיך וועגן די 2 סעודות, וואס די חברה מאכט יעדעם יאר, אין 2־טן טאג שבועות און אין שמיני עצרת, ווען דער רב זאגט פאר זיי א דרשה כנהוג. איו דער 6־טער תקנה ווערט באשטימט די קאמפעטענץ פון ממונה (אן ארט סטארשי), וועלכער האט דאס רעכט צו צווינגען אויסצופיח זיין באשלוסן. תקנה 7) אויב איינער איז משיג גבול זיין חבר, ווען א בעל הבית גיט סחורה צו א בעל מלאכה, וועלכער האט זי צוגעשניטן, און שפעטער קומט א צווייטער בעל מלאכה און נעמט צו די ארבעט — דאו דארף דער באעוולטער גלייך זיך ווענדן צום גבאי און צום ממונה, וועלכע באשליסן — צוזאמען מיטן רב,
אז דער משיג גבול דארף באצאלן דעם ארבעטם לוין דעם ערשטן בעל מלאכה. אחח דעם, לייגן זיי אויף אים ארויף א קנס לטובת דער קאסע פון דער חברה. די תקנה 8 רעגולירט די באציונגען מיט די געזעלן. דער געזעל טאר נישט איו פארלויפן פון איין "זמן" איבערגיין פון איין בעל מלאכה צום אנדערן. עס זענען פארגעזען פארשידענע שטראפן און סאנקציעס קעגן יענע, וואס וועלן עובר זיין אויף די באשטימונגען. תקנה 9) איידער עס זענען נישט אדורך קיין 3 יאר נאך דער חתונה טאר קיין שום בעל מלאכה נישט צונעמען קיין לעת יינגל, כדי אים אויסצולערנען די מלאכה און דערפאר פון אים באקומען באצאלט. דעם בעל מלאכה איז בלויז דערלויבט צו האלטן א פועל. אן אויסנאם ווערט געמאכט פאר די מיטגלידער, וועלכע געהערן שוין איצט צו דער חברה. אין דער תקנה 10 ווערט געזאגט, אז עס פאלט א חרם און קנס אויף יעדן, וואס וועט זיך באמיען אויף וועלכן ס׳איז אופן אפצושוואכן די קראפט פון די דאזיקע תקנות. תקנה 11) ווער ס׳ברענגט פון דער פרעמד פארטיקע מלבושים צום פארקויף און דורכדעם מאכט ער שאדן די ארטיקע בעלי מלאכות, מוז איינצאלן אין דער קאסע פון דער חברה א געהעריקן אפצאל. תקנה 12) ווער ס׳וועט גורם זיין צו מחלוקת אץ דער חברה, אדער ווער ס׳וועט באליידיקן און ארויסטרעטן קעגן דעם ממונה (סטארשי, עלטסטער) פון דער חברה און אירע מיטגלידער,
דארפן אלע חברים צוזאמען זיד באמיען אים צו דערווייטערן פון דער חברה, כדי ס׳זאל שטענדיק הערשן שלום און אחדות. תקנה 14) יעדער פועל, וואם קויפט זיך איין איוצעד (קריסטלעכער האנטווערקער פארבאנד, צו וועלכן ס׳זענען אויך צוגעלאזט געווארן יידן), דארף איינצאלן אין דער חברה א געוויסן אפצאל. דער, וואם באקומט פון צע ד דעם טיטל מייסטער, מוז אויך אריינטראָגן אין דער חברדדקאסע א געהעריקן אפצאל. ביי דער דאזיקער תקנה געפינט זיך א באמערקונג, אז אויפן בלאט 9 געפינען זיך די איברעקע פארשריפטן צו דער תקנה. דארט געפינט מען טאקע פאלגנדיקע היספות: ״אזוי ווי אויפן בלאט 5׳ עמוד 2, אין דער תקנה 14 איז באשטימט, אז יעדער פועל, וואם וועט זיך איינקויפן אין צעד׳ דארף געבן א געוויסן אפצאל פאר דער חברה — האבן מיר, די משגיחים, וואם זענען אונטן אונטערגעשריבן, פעסט־ געשטעלט א טאקסע אויף דעם, דהיינו, פון יעה לעת יינגל דארף ווערן איינגעצאלט אין דער חברה־קאסע 1 גילדן, יעדער געזעל דארף איינצאלן 2 גל., יעדער מייסטער 3 גל. און די משגיחים, וואס וועלן דעמאלט זיין דארפן געבן די גבאים דעם כח דאם אויסצופיח״. ווייטער קומט א הוספה צום פונקט 2, לויט וועלכן יעדער פועל דארף איינצאלן אין דער חברה־קאסע 1 גראשן פרו יעה גילדן שכירות.
"דעריבער האבן מיר, די משגיחים באשלאסן, אז יעדער פועל, וואס עסט ביים מייסטער דארף געבן 1 גראשן פיזיע גילדן שכירות, און דער פועל, וואס עסט פאר זיין אייגן געלט דארף נאר געבן א האלב גראשן פון יעדן גילדן שכירות". תקנה 15) אויב א מיטגליד פון דער חברה לאזט זיך מאכן מלבושים ביי בעלי מלאכות, וואס זענען מחוץ לחברה דארף דער מיטגליד אריינטראגן אין דער חברה־קאסע א ספעציעלן אפצאל, אין קעגנפאל ווערט ער דערווייטער ט פון דער חברה. תקנה 16) עם ווערט דערלויבט די חברים צו גיין דאווענען יעדן שבת אין א מנין, ווו זי געפעלט, נאר בתנאי, אז אץ זייער - 43 -