אוין* די בלעטער 1 און 2 געפינט זיך אן אויספירלעכע הקדמה, געשריבן אין א העברעאיש־אראמעישער מליצה־שפראך. דארט ווערט אנגעגעבן די סיבה, צוליב וועלכער ס׳איז אין יאר תקצ״ב געגרינדעט געווארן די חברה "נושאי המטה" און ס׳ווערן אויך ארומגערעדט די אויפגאבן פון דער חברה. בקיצור קלינגט די הקדמה אזוי: "אמת איז, אז אין דער שטאט געפינט זיך שוין א חברה קדישא,
וואס עקזיסטירט שוין איבער צוויי הונדערט יאר. די דאזיקע חברה האט איר פנקס, וועלכער באווייזט די וויכטיקייט און גרויסע פארדינסטן פון דער ח״ק. ס׳האט דעריבער קיינער נישט קיין שום רעכט צו גרינדן אנדערע חברות, וואס זאלן ח״ו ושלו ם מיט עפעס שאדן דער ח״ק. אינ ם יאר תקצ״א איז אבער אין דער שטאט אויסגעבראכן א מגפה (באשריבן גענוי אינ ם פנקס פון דער ח״ק, וועלכן מיר האבן דא באארבעט), און ווייל די מיעשטשאנעם האבן נישט דערלויבט ווייטער קובר צו זיין אויפן בית־עלמין, וואס עקזיסטירט שוין איבער צוויי הונדערט יאר — האט מען אין יאר תקצ״א געמוזט קויפן פאר א ס ך געלט א נייעם פלאץ אויף א בית עלמין. אבער צוליב דעם, וואם דער בית עולם געפיגט.זיך ווייט פון דער שטאט (געמיינט דעם בית עולם הינטערן בארג) און ס׳איז א גרויסע טרחה דארט אהין איבערצופירן די ב ר מיננ ס ר״ל, האבן זיך דעריבער די גרינדער פון דער חברה נושאי המטה געווענדעט צום קהל, בד״ץ און צו דער ח״ק, אז זיי זאלן זיי דערלויבן זיך צו פארנעמען מיט דער מצוה. די גרינדער פארזיכערן, אז זיי וועלן אין אלע ענינים געהארכזאם זיין דער קהילה און ח״ק, און זיי וועלן גארנישט טון, וואס זאל ח״ו אנרירן די הכנסות פון בית הכנסת, בית המדרש אדער די צדקה גדולה (קהלדדקאסע).
אויף דער 2*טער זייט פון בלאט 2 געפינט מען א תקנה פון יאר תקצ״ה (1835), וועלכע פארפליכטעט אלע מיטגלידער צו זאגן תהלים אין דער שול אדער בית המדרש אין פאל ווען איינער פון זיי ווערט ח״ו קראנק. אויב איינער פון די חברים שטארבט, דארפן די חברה־לייט זיך צוזאמענקומען אין זיין שטוב, דארט דאווענען די גאנצע שלושים און יעדן טאג זאגן תהלים. זיי זענען אויך מחויב צו דינגען 2 תלמידי חכמים, וועלכע זאלן במשך פון דער שבעה — יעדן פרימארגן און אוונט — לערנען משניות פאר דער נשמה פון נפטר. אויפן בלאט 3 געפינט זיך פאלגנדיקע אייגשרייבונג אין אלט־ יידיש:
אנחנו המשגיחים הח״מ (החתומים מטה) האבין זיך פאר גלייכט עם החברא דנושאי המטה דפה היות דאס הברא הנ״ל האבץ זיך ביז דען היינטיג טאג געפירט אזוי ווי א זיירי תקנות זענץ ומהגם זיי א קומץ פיל מאל צו ניצן די הברא קדישא אונד וואם זיי האבץ צו גיזאגט צו געבין לקופת הקהל פין זייער מנין בכל שנה ושנה האבץ זיי זיך אוימ גיצאלטע דיום דלמטה ומהגם דאס זיי האבץ זייער אייגיניס ספר תורה וואס זיי האבץ זיך פאר זייער געלד גילאזט שרייבין ע״כ האבץ מיר משגיחים הח״מ זיר מיט זיי א משוה גיוועזין דס זיי זאלין געבץ מהיום והלאה לקופת הקהל מידי שנה בשנה סך ששה ז״ה פויליש אונד דם ברויכין זיי צו געבין בכל חוהמ״ד של פסח עד עולם אונד קיץ שום קהל הן מיר ח״מ (חתומים מטה) והן דיא קהלם לייט וואס ווערין נאך אונץ זיין קאנין זייער מנין נישט שטערין וגום מוזין זיי געבין לא יאוחר מחוה״מ של סוכות הבע״ל להמשגיחים הח״מ חמשים
ז״ה פוילי שאכ ן ורע ו זיי א ווער ץ איינ ס פון די א אויב ן במעבד י זאכין נישט האלטי ן ה ן זי י ווערי ן די א חמשי ם ז״ה בחוה״ט ש ל סוכות נישט געבי ן אב ר זיי א ווערי ן ד י שש ה ז״ה בכ ל חוה״מ של פסח בכ ל שנ ה ניש ט געב ץ אז ו קאנ ץ מי ר ח״מ אד ר הקהל ווא ס ווערי ן נא ך אונ ץ זיי ן זיי ר מני ן שטערי ן ר ק זייא מוז ץ דא ם ספ ר תור ה געב ץ לבהכנ״ס (לבי ת הכנסת ) הקדושה דפ ה אב ר ווע ן זיי א ווערי ן זי ך אוי ס צאל ץ אז ו וויא אוב ץ במעל ד איז ט קא ן זיי א קי ץ שו ם מענט ש אי ן דער וועלט ניש ט שטערי ן ואי ן ב״ד (בי ת דין ) יכו ל לבט ל דברי ב״ד חבר ו אל א א ם כ ן גדו ל המנ ו בחכמ ה ובמני ן כ״ז נעש ה בל ב ונפ ש חפיצ ה משנ י צדדי ם ובא ו עה״ח היו ם אור ליו ם ה ׳ ד ׳ דחוה״מ ש ל פס ח תר״ב לפ ק פ ה בענדין . וליתר תוכ ף ועו ז ב א המא״ג אב״ד דפ ה ג״כ ע ל החותם" . עס קומע ן דא ן פאלגנדיק ע אונטערשריפט ן : דוב בערי ש הערציגע ר אב״ד דפ ה בענדי ן נתן מרדכ י סאנזי ר משגי ח (דאזאר) , דניא ל בוגאיר , דו ד ערליך , אליקום געצ ל שטארכא ן ג״ר (גבא י ראשון) , אהר ן ברוינ ר ג״ש (גבא י שני) , יצח ק זא ב בר״ס גבא י שלישי , פנח ס שווארצ ־ בעריג, נת ן פוזמאנטירר , נחמ ן ברעם , מרדכ י פעלץ , אפרי ם טעסטילירר, אליעז ר ליז ר שטארכאן , ר״ח (רוא ה חשבון ) שני . אויפן בלא ט 4 געפינ ט זי ך א באשטעטיקונ ג פו ן דע ר קהל ה או ן דער חבר ה קדישא , וועלכ ע דערלויב ן צ ו גרינד ן א חבר ה נושא י המטה , בתנאי, א ז ז י זא ל אויספיר ן איר ע פארפליכטונגען , לוי ט וו י ס׳אי ז
אנגעגעבן אין די ווייטערדיקע פונקטן: (געשריבן אין לשון קודש): 1) די מיטגלידער פון דער חברה מוזן זיין יראים ושלמים. עס טארן נישט אנגעהערן צו דער חברה אומפאסנדיקע מענטשן, וועלכע זעען חשוד אלם נישט פרומע און אויך אזעלכע, וואם זענען נישט מקיים דין ב״ד ישראל. 2) זיי טארן נישט שאפן קיין שום נייעם, וואס זאל ח״ו ברענגען א שאדן די איינקונפטן פון דער שול, בית המדרש אדער דער קהלה־קאסע. אויך טארן זיי נישט מתקן זיין קיץ תקנה, וואם קאן ברענגען א פחיתת הכבוד אדער התנגדות פאר דער חברה קדישא. 3) די חברה נושאי המטה טארן אליץ נישט מאכן קיץ קלפי, כדי צו באשטימען גבאים, נאר יעדן ערב יו״ט שגי של פסח קומען זיי זיך צוזאמען און די בוררים, וואם ווערן ארויסגעצויגן פון דער חברה קדישא־־קלפי באשטימען פאר דער חברה נושאי המטה: 2 גבאים, 2 רואי חשבונות און א קאסירער. 4) פון אלע חברה־הכנסות דארפן זיי אראפגעבן לטובת דער חברה קדישא א דריטל פון נעטא איינקונפט, וואס פאר* בלייבט נאכן אראפרעכענען אלע הוצאות. דער טערמין פון אפרעכענען זיך מיט דער חברה קדישא איז ערב יו״ט שני פון פסח׳ און דער ממונה פון דער חברה נושאי דארף זיך שטעלן פאר די גבאים פון דער ח״ק און אפגעבן א גענויעם דין וחשבון.
5) דיבוררים פון דער חברה קדישא קומט — לויטן אלטע תקנה — יעדעס מאל ווען זיי ווערן ארויסגעצויגן פון דער קלפי, נישט ווייניקער ווי א האלבן טאפ מעד. דעריבער מוז די חברה נושאי המטה — בעתן באשטימען זייערע גבאים — אויך געבן נישט ווייניקער ווי א קווארט מעד, מער איז אוודאי גוט. 48 -