Original scan
Original memorial-book scan 53
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1184

0 ס׳איז בפירוש אויסגערעדט גערוארט, דאם אויב א שכיב מרע (א שווער קראנקער) וועט פארלאנגען פארן שטארבן, אז די נושאי המטה זאלן אים נישט טראגן, נאר אנדערע פערזאנען, וועלכע ער וועט זיך אויסוויילן — קענען די חברה־ לייט דאס נישט שטערן. אויב דער קראנקער וועט נישט איבערלאזן קיין צוואה וועגן דעם, נאר זיינע קינדער און קרובים וועלן פארלאנגען, אז די גרויסע חברה קדישא אדער אנשים חשובים זאלן נושאי המטה זיין — דעמאלט דארפן די יורשים געבן לטובת דער חברה נושאי המטה 2 מאל ח״י גדולים, מיט קיין גרעסערע סומע טאר זי נישט די חברה באלאסטן.׳ אויב די יורשים וועלן אליין נושאי זיין, טאר די חברה אומבאדינגט נישט שטערן, ווייל אזוי דארף טאקע זיין, לויט ווי ס׳איז דערקלערט אין ספר מעבר יבוק. 8) אויב ס׳וועלן וועלן צוטרעטן צו דער חברה נייע מיטגלידער טארן זיי נישט צוגעלאזט ווערן ביז צו דער צייט פון דער חברה קדישא־אסיפה, ד״ה ביז שמיני עצרת אדער אחרון של פסח און דאן אויך נור, אויב די ממונים און בוררים פון דער ח״ק וועלן דערצו מסכים זיין, ווייל די חברה נושאי המטה איז געשאפן געווארן מיט דעם באדינג צו הערן און זיין אונטערגעווארפן דער חברה קדישא.

passage_14c41909096b49c619965150
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 1186-2106

9) ס׳זאל זיין "בלע המות לנצח ומחה ד׳ דמעה מעל כל פנים" (ד״ה, ס׳זאל נישט מער זיין קיין שום שלעכטם). אין פאל ווען ס׳וועט זיין א בר מינן, איז א ממונה פון דער חברה מחויב אכטונג צו געבן, אז ער מיט זיינע מענטשן, וואס וועלן דערצו באשטימט ווערן זאלן אלעס באלד אויספירן, ס׳זאל נישט זיין קיין פארשפעטיקונג און ס׳זאל זיין גאטס רצון, דאס מיר זאלן דערלעבן גוטס און פרייד און ביאת המשיח במהרה. אונטערגעשריבן: הרב מ. נחום רוזאנום רב דפ״ק בענדין. דאטירט: תקב״ץ לפ״ק נעשה יום גימל ב׳ ניסן בשנה הנ״ל. אויף זייט 6 געפינט מען נאך א צושריפט פונעם יאר תרי״א (1851), אונטערגעשריבן דורך דעם דעמאלסטיקן רב ר׳ חיים דוד (לאנג־ פוס) ז״ל און אייניקע גבאים, לויט וועלכער נייע מיטגלידער קענען נאר איינגעשריבן ווערן דורך דעם רב, צו וועמען די גבאים מוזן ברענגען דעם חברה־פנקס. אויף דער צווייטער זייט פון בלאט 6 געפינט מען א באשטעטי­

passage_a18205aad23e1854ed16f116
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2108-3169

קונג פון די ח״ק גבאים און בוררים, געשריבן אין יאר תקצ״ד, (1835), ווי ס׳ווערט אויסגעדריקט אנערקענונג די מיטגלידער פון דער חברה נושאי המטה פאר זייער גוטער אויפפירונג. די אנערקענונג האט זיך אויסגעדריקט מיט דעם, וואס די גבאים פון דער ח״ק האבן באשלאסן צו פארלייכטערן די מיטגלידער פון נושאי המטה דאם אריינטרעטן אין דער גרויסער חברה קדישא 1 דורך פארקלע־ נערן דאס אפצאל־געלט, וואס ווערט דערביי פארלאנגט. די פריווילע־ גיע איז גילטיק נאר פאר די איצטיקע מיטגלידער, אבער נישט פאר די שפעטערדיקע. אויפן בלאט 7 געפינט זיך א באשטעטיקונג פון ר׳ בר׳ דוב בעריש (הערציגער) ז״ל, געשריבן אין יאר תר״ב (1842), אז די חברה האט איינגעצאלט די 50 גילדן, וואס זי האבן זיך מתחייב געווען צו באצאלן דער קהלה, לויט ווי ס׳איז פארגעזען אין דער תקנה אויפן בלאט 3, זייט 2. 1. כדי זיך אונטערצושיידן פון אגדערע חברות וועלכע האבן פאר זייערע בעמען אויך צוגעשריבן די ווערטער ח״ק — באצייכנט זיך די אייגענטלעכע חברה קדישא מיטן אדיעקטיוו "גרויסע" (חברה קדישא גדולה).

passage_2fed8328a3e78d9522efb20d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3171-4533

די בלעטער 8—10 זענען פארנומען מיט די אייגנטלעכע תקנות פון דער חברה נושאי המטה. די דאזיקע תקנות אונטערשיידן זיך נישט פיל פון די אויבן ציטירטע פונקטן. אין די תקנות ווערן נור רעגולירט די אינערלעכע באציונגען צווישן די חברים׳ דער מיטגליד־אפצאל, דער סדר ביים מתעסק זיין, די פירונג פון דער קאסע אאז״וו. זייער כאראקטעריסטיש איז די תקנה 8, וועלכע ווארפט א ליכט אויף אן אלטן בענדינער מנהג, נעמלעך, אז יעדער ברית־ מילה איז פארגעקומען אין דער שול אדער אינעם בית־המדרש און מען איז אגטקעגנגעגאנגען דעם רך הנמול מיט הבדלות בעת דער סנדק איז געקומען אין דער שול אריין צום ברית. די תקנה 8 זאגט: די חברים פון נושאי המטה האבן גענומען אויף זיך׳ אז ווען ס׳וועט ביי איינעם פון זיי געבוירן ווערן למז״ט אן בן זכר, דארף דער בעל־ברית געבן ח״י גדולים פאר דער צדקה־ קאסע פון דער חברה. דערפאר אבער, דארפן 2 ממונים פון דער חברה אנטקעגנגיין דעם סנדק מיטן רך הנמול (נייגעבוירענעם קינד) מיט אנגעצונדענע הבדלות׳ ווען זיי קומען אין דער שול אדער אין בית־המדרש אריין צום ברית. פון דער תקנה 11 איז צו זען, אז די חברה האט געהאט אן אויפגאבע צו געבן ליכט און א נר תמיד פארן פאליש אין דער שול, אחוץ דעם האבן זיי באדארפט אנצינדן א לאמטערן נעבן דער שול, כדי די מתפללים זאלן האבן ליכטיקייטן אהיימגיין פון דאווענען. , ; ,

passage_f2e822545f47bd87fcddef0b
Passage 5normalized OCR · source chars 4535-5823

די תקנה12 רעגולירט דאם איינארדענען די סעודות פון דער חברה, דעם אפצאל און די ארדענונג. די תקנה13 באשטימט, דאס אויב די בני־החברה וועלן זיו פירן כשורה און זיי וועלן פארלאנגען, אז דער רב זאל פאר זיי האלטן א דרשה אויף זייער משתה אזוי ווי ביי אנדערע חברות— וועט מען דעם רב געבן רשות צו גיין צו זיי, נור בתנאי, אז עם זאל זיין לכבוד הרב. צום סוף קומטא דערקלערונג, דאס די דאזיקע13 תקנות זענען מתקן געווארן אנטקעגן די שלש עשרה מדות, און ס׳ווערט, אויסגעדריקט דער ווונטש זוכה צו זיין צו דער גאולה שלמה, צום בנין בית המקדש און צו שמחות און גדולות. אונטער די תקנות זענען אונטערגעשריבן הרב רוזאניס מיט די גבאים, אין יאר תקצ״ב (1832). אויפן דף10 עמוד2 געפינט זיךא ליסטע פון22 מיט־ו גלידער, וועלכע זענען געווען די גרינדער פון דער חברה. אלם ערשטער מיטגליד פיגורירטא געוויסער ר' אהרן בדחן׳ וועלכעה ווערט דערמאנט אין דער הקדמה דורכן רב לשבח גדול. בייא טייל נעמען פון די גרינדער איז באמערקט׳ אז זיי זענען נדחה (דערווייטערט) געווארן פון דער חברה, אבער באלד דערנעבן געפינט זיךא צושריפט, דאם דער נדחה געווארענער איז, צוריקגעשטעלט געווארן אין זיינע רעכט. פון בלאט11—33 זענען איינגעשריבן די ערש טע מיטגלידער פון דער חברה.

passage_1335ab134755e8d535ce9b52
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5825-6100

די ערשטע התמונות פון 2 גבאים, 1 קאסירער און 2 רואי חשבונות, געפינט זיך אויפן בלאט 34 זייט 2׳ דאטירט אין יאר תקצ״ג (1833). נאך דעם קומען ווייטערדיקע איינשרייבונגען פון התמניות ביזו יאר תר״ב (1842), וואס געפינט זיך אויפן בלאט 59, זייט 2. 49 -

passage_316d0b5064ef286337041a87