געפארן גרויטע פארטיעם עמיגראנטן קיין גאלוועטטאן, צפון און דרום־אמעריקע, ארגענטינע, בראזיליע און אנדערע לענדער. מיר האבן דא געזען פאר זיך דעם "פאראד מארש" פון דער יידישער ארימקייט. וואס נענטער צו דער וועלט מלחמה, אלץ מער און מער איז געוואקסן די צאל עמיגראנטן פון פוילן, ליטע און רוטלאנד. ערשט די מלחמה האט איבערגעהאקט דעם עמיגראציע שטראם און פאר־ קערווערט די יידישע מאסע אויף אנדערע וועגן פון פיין און לייד. אבער דאך זענען פאר זאגלעמביער יידן געווען אויך מאמענטן פון פרייד. אזוי למשל איז געווען א גרויסע שמחה צוליב דער בא־ פרייונג פון מענדל ביילים און מיר לייענען וועגן דעם אין דער בענדינער צייטונג "אונזער טעלעפאך" פון 14־טן נאוועמבער 1913 פאלגנדיקעס: "די שמחה פון דער יודישער באפעלקערונג פון בענדין, סאסנאוויץ, זאוויערטשע און אומגעגנט איז גארנישט צו בע־ שרייבן, בעת מען האט דערהערט, אז ביילים איז פריי, איבעראל האט מען געהערט מזל טוב, מזל טוב. די באוועגונג אויף די גאסן איז געווען א שטארקע ביז 2 ביינאכט".
מיט דעם באפרייונג־ארטיקל איז טיילווייז אראפגעפאלן דער קאשמאר פונעם וויסטן בלבול, וואט די שווארצע מאה מיט די אלע פינסטערע נחוצ אין רוטלאנד האבן aranjירט קעגן דער יידישער באפעלקערונג. דער קיעווער פסק־דין איז געווען א מאראלישער זיג פאר די יידן אין דער רוסישער אימפעריע. דער קונציק קאנסטרוירטער שקר האט נישט אויסגעהאלטן און איז צעשמעטערט געווארן אונטער די קלעפ פון די פראכטפולע יידישע און קריסטלעכע פארטיידיקער. עם האט זיך געדאכט, אז צוזאמען מיט דער מפלה פון די אינעם־ צעניזאטארן פון דער ביילים־אפערע, וועט אויך קומען דער סוף פון דער שווארצער מאה. אבער אויך דאסמאל האט מען געהאט א טעות. די בייזע רוחות האבן ווייטער געבושעוועט און די רוסישע רעאקציא־ נערן האבן כסדר צוגעטראכט נייע יעזואיטישע תחבולות, כדי צו פארמיאוסן דאס לעבן פון דער יידישער באפעלקערונג. א קורצע צייט נאך ביילים פראצעס איז אין ברעסלע נעפטר געווארן דער בענדינער רב ר׳ ישכר בעריש גרויבארט ז״ל. דער טויט פונעם רב האט ארויסגערופן א גרויסן טרויער ביי דער יידישער באפעלקערונג אין זאגלעמביע. אין דער לויה האבן זיך באטייליקט צענטליקער טויזנטער מענטשען, צווישן וועלכע ס׳האבן זיך געפונען פיל רבנים־דעלעגאציעס פון לאנד און אויסלאנד. ס׳זענען פארגעקומען א גאנצע ריי טרויער־פארזאמלונגען און זיצונגען.
אבער גלייך נאך דעם רב׳ס פטירה האט זיך צעפלאקערט דער קאמף ארום כסא רבנות. דער קאמף, וועלכער האט זיך געצויגן שיינע יארן האט זיך געענדיקט מיט דעם, וואס דער אויסגעוויילטער רב ר׳ יקותיאל זלמן גרויבארט — נישט קאנענדיק מער פארטראגן דעם אינערלעכן קאמף — האט פרייוויליק פארלאזט זיין כסא רבנות אין בענדין און עמיגרירט קיין אמעריקע, ווו׳איז היינט אן אנגעזעענער רב אין ברוקלין. די וואלן זענען פארגעקומען אין דעצעמבער 1913. די אטמאספער פון די וואלן איז געווען א שטארק אנגעגליטע, די 2 צדדים האבן צווישן זיך געפירט א פארביטענעם קאמף. דער רעזולטאט פון די וואלן איז געווען פאלגנדיקער הרב ר׳יקותיאל זלמן גרויבארט האט פון די 707 שטימען באקומען 478 (צירקא 68%) און דער ווישעגראדער רב בארענשטיין 229 שטימען (צירקא 32%). אויף אזא אופן איז הרב גרויבארט מיט א גרויסער מערהייט אויסגעוויילט געווארן אלס בענדיגער רב. די וואלן זענען דורך דער רוסישער מאכט טקאטירט געווארן און ס׳זענען באשטימט געווארן נייע וואלן אויפן 20־טן יוני 1914, און אויך דאן איז הרב גרויבארט אויטגעוויילט געווארן מיט א גרויסער מערהייט שטימען. דעם 20־טן דעצעמבער 1913 האט בענדין געהאט א ליבן גאטט.
צו דער דערעפנונג פון דער "הזמיר״־ביבליאטעק איז געקומען צו פארן דער גרויסער יידישער שריפטשטעלער י . ל . פרץ , וועלכער האט דא געהאלטן א רעפעראט אויף דער טעמע : "נאציאנאלע פערזענ ־ לעכקייט". דער רעפעראט איז אדורך מיט א קאלאטאלן דערפאלג . אין אוונט איז פארגעקומען די דערעפנונג פון דער "הזמיר״־ביב ־ ליאטעק און שפעטער איז די פייערונג פארענדיקט געווארן מיט א באנקעט, אין וועלכן ס׳האט זיך באטייליקט די יידישע אינטעליגענץ פון דער שטאט . אויפן באנקע ט האט פרץ געלייענט זיין פאעמע "מאניש". דער באזוך פון גרויסן דיכטער אין אונזער שטאט האט אריינגעברענגט א געוויסע אויפלעבונג צווישן דער יידישער ארבעטג ־ דיקער אינטעליגענץ . דער "הזמיר " האט דעמאלט געפירט זיין טעטיקייט מיט לעקציעס איבער יידישע ליטעראטור , קאנצערטן אאז״וו . דעם 13־טן יאנואר 1913 איז , נאד לאנגע באמיונגען , באשטעטיקט געווארן דער סטאטוט פון דער בענדינער יידישער קרעדיט געזעל ־ שאפט אונטערן נאמען : "האנדל און אינדוטטריע קעגנזייטיקע קרעדיט געזעלשאפט". די באשטעטיקונג פון דער קרעדיט געז . האט ארויס ־ גערופן א גרויסע פרייד צווישן די יידישע סוחרים , וועלכע האבן שטארק געליטן פונם באיקאט און ט׳איז נויטיק געווען א קרעדיט ־ צענטראלע, וואט זאל דורך הלואות העלפן די יידישע קרעמער און בעלי מלכות . ,
דעם 4־טן מאי 1914 איז לעגאליזירט געווארן דער בענדינער טורן און ספארט פאריין "הכח". גאנץ הארט פאר דער וועלט מלחמה האט, אויס * זיין וועג קיין אויסלאנד, באזוכט בענדי דער בארימטער יידישער שרייבער שלום עליכם. דער רושם פון זיין באזוך אין אונזער שטאט איז געווען א קאלאטאלער. ביי דער באךסטאציע האבן שלום עליכמען אפגעווארט הונדערטער מענטשען. שבת נאכמיטאג איז ביי א פולגעפאקטן זאל פארגעקומען דער עפנטלעכער פארטראג. דאס טעאטער "קרטא" האט נישט געקענט ארייננעמען אלע מענטשן און א סך זענען דעריבער אוועק אן בילעטן. שלום עליכם האט געלייענט זיי "לך לך" (א נייע מעשה פון טוביה דעם מילכיקן), "א דאקטאר", "קאטרילעווקער פייער־ לעשער" און "א זעקם און זעכציק". דאס פובליקום איז געווען באגייטטערט און אנטציקט. ביים ארויסגאנג פון טעאטער האט דאס פובליקום געמאכט זיין באליבטן שרייבער שטורמישע אוואציעם. אויך אין סאסנאוויץ איז דער פארטראג אדורך מיט א ן אויטערגעוויינלעכן דערפאלג. 11 אקופאציע צייט. דער שאס אין סאראיעווא אין די נאענטסטע מלחמה האבן ארויסגערופן א געוואלטיקע באאומרויקונג צווישן דער היגער באי פעלקערונג.
די מלחמה, וואטאגט געקומען פאר יעדן אומגעריכט, האט ארויסגערופן א מהומה און א פאנישע שרעק. א גרויסער עולם ווארט אפ ביי יעדן צוג, מען ווארט אויף פרישע ידיעות. די צייטונגען ווערן מאמענטאל צעכאפט. מענטשן קומען מאטנווייז צוריק פון די קור- ערטער. ערבתשעבאב ביינאכט זענען די רוסן אנטלאפן פון