Original scanEvidence located
Original memorial-book scan 60
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-1316

בענדין און איבערגעלאזט די שמאטע אויף הפקר. צומארגנס, שוין גאנץ פרי, האט מען באמערקט אויף די ארומיקע פעלדער די ערשטע דייטשע פאטרולן און נאכמיטאג האט שוין אריינמארשירט א פוסגייער־ פולק פון דער רעגולערער דייטשער ארמיי. גלייך האבן זיך באוויזן מעלדונגען, אז עס ווערט פארבאט — אונטער דער דראונג דערשאסן צו ווערן — דער פארקער אויף די יועגן מאנדזשעוו—שיעלצע און בענדי ן—סאסנאוויץ. די טויערן פון די הייזער האבן געמוזט געשלאסן ווערן 9 אין אוונט און נאד דער צייט האט מען זיך נישט געטארט באווייזן אויף די גאסן. די שטאט געפינט זיך אונטער דער שווערער לאסט פונעם אקו־ פאנט. דער יקרות הויבט אן זייער שנעל צו וואקסן. דער מסחר האט זיך אפגעשטעלט און ס׳פעל ן אוי ם א גאנצע ריי ארטיקלע ן פון ערשטן געברויך. די נויט הויבט זיך אן צו באווייזן, דער עיקר ביי די ארבעטער און בעלי מלאכות, וועלכע זענען געבליבן אן מיטלען צום לעבן. טאג־טעגלעך באווייזן זיך אלץ נייע און נייע קריגס־ געזעצן, וועלכע מאכן שווער אדער אומעגלעך יעדע ארט פרייע באוועגונג. אין זאגלעמביע פילט זיך א שטארקער ברויט־מאנגל. די פאסט־אמטן זענען נישט טעטיק, און שפעטער ווען די פאסט הויבט אן צו פונקציאנירן מוז יעדע קארעספאנדענץ געשריבן ווערן אין דער דייטשער שפראך און זי ווערט צענזורירט דורך דער אקופאציע מאכט.

passage_636a8de859ac495103777bd1
Passage 2normalized OCR · source chars 1318-2582

דער שטאט־קאמענדאנט האט דערלויבט די דיזשורן פון "לינת הצדק" צו ערטיילן הילף פאר קראנקע. די דיזשורן טראגן אויפן ארבלא רויטן קרייץ. עם ווערט אויך אין בענדין געשאפןא מיליץ פון250 מאן, וועלכע דארף האלטן ארדענונג אין דער שטאט. דער מאגיסטראט לאזט ארויס פאפירענע געלט־שיינען (באנעם), מיט וועלכע ס׳ווערט געטריבןא שפעקולאציע. די נויט צווישן דער יידישער באפעלקערונג האלט אין איין וואקסן.א גאנצע ריי פרנסה־צווייגן זענען צוליב דער מלחמה אונטער־ געגאנגען. די בעלי מלאכות ארבעטן נישט, ווייל ס׳פעלן אוים די נויטיקסטע רוישטאפן. דער געשאפענער יידישער בירגער־קאמיטעט גיט ארויס3 מאל וועכנטלעד צוא האלבן פונט ראזאווע ברויט אויףא קאפ. דער ערשטער וזינטער אונטער דער דייטשער אקופאציע איז זייערא שווערער. דעם 2־טן יאנואר1915 ווענדעט זיר די שפייז־ קאמיסיע ביים שטאט־ראט מיט אן אפעל צו דער באפעלקערונג אויס־ צובארגן געלט אויף איינצוקויפן שפייז־פראדוקטן. אין 16־טן אפריל ווערט דורך דעם יידישן וווילטעטיקייט פאריין געעפנט, אין הויז פון דער ברויעריי "קאראנא",א קוף פאר דער ארימער יידישער באפעלקערונג אין בענדין. די קוד האט ארויסגעגעבן 1000 מיטאגן טעגלעך און האט אזויארום כאטש טיילווייז געלינדערט די נויט פון די ארימסטע פאלקסמאסן.

passage_07001aa09ddac41b1dbf14c1
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2584-3302

אין פרילינג 1915 האט זיך אנגעהויבן א שטארקע אויסוואנדערונג קיין דייטשלאנד אויף ארבעט אין די קוילנגרובן און אמוניציע פאבריקן. הונדערטער יידישע מענער און פרויען פון זאגלעמביע האבן עמיגרירט קיין אויבערשלעזיע און וועסטפאלן. די שלעכטע דערנערונג און דאס פעלן פון זייף האבן גורם געווען צום אנטשטיין פון א גאנצע ריי עפידעמישע קראנקהייטן, יועלכע האבן געהאט זייער שווערע פאלגן, דער עיקר ביי דער ארימער באפעלקערונג. די אקופאציע־מאכט האט זיך באנוצט מיט אויסער־ געוויינלעך שטרענגע מיטעלן ביים באקעמפן די עפידעמיעם. מענטשן זענען געכאפט געווארן אויף דער גאס און אפפירנדיק זיי אין קאמי־ סאריאט, האט מען זיי דארט אפגעשוירן די האר און די בערד. - 56

passage_b53e5b3a7f0aaf14e4ee9047
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3304-4367

אין יענע צייט האט דער דייטשער קרייז־ארצט, וועלנדיק אדורכפירן די פארארדענונג מכה דעזינפעקציע, קודם כל זיך אנעפר געטון צו יידן. ער האט צו זיי געלאזט רופן א גרעסערע צאל יידן און האט זיי מיט געוואלט געלאזט אפשערן די בערד. דער דאזיקער ברוטאלער אקט האט אויפגעשטורעמט דאס זאגלעמביער יידנטום. מ׳איז געקומען וועגן דעם צום בענדינער רב גרויבארט, וועלכער האט גלייך איינגעלאדנט דעם בויטענער ראבינער ד״ר קאפפשטיין און ס׳איז איינגעארדנט געווארן א גרויסער מיטינג וועגן דעם אין סאסנאוויץ. אויף דעם מיטינג איז געווען א ריזיקער עולם, צווישן זיי די חשובסטע בעלי בתים ווי אויך דער רב גיטלער. דער רעזולטאט איז געווען, אז א דעלעגאציע, וואס איז באשטאנען פון ד״ר קאפפשטיין, הרב גרויבארט און סטאניסלאוו רייכער איז גלייך אוועקגעפארן צום קרייז־ועף פון ביכטינג, וועלכער האט אויפן ארט געגעבן דעם קרייז־ ארצט א שטרענגע התראה נישט מער צו באלעסטיקן די יידישע באפעלקערונג. א פלאג איז אויך געווען דעם באפן אויף ארבעט און אויפהאלטן אפטמאל וואכנלאנג אין די קאזארמעם.

passage_2cef09982911737cf0d9f977
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4369-5522

אין יאר 1916 האבן זאגלעמביער יידן געפאדערט פון דער רעגירונג מעל אויף מצות. אזוי ווי אין יענער צייט איז געווען איינגעפירט ברויט־קארטן און די גאנצע קאנטראל איבער די מעל זאפאסן האט געהאט די אקופאציע מאכט, האט מען ממילא געמוזט אנקומען וועגן מצה־מעל צו דער רעגירונג. אלס ענטפער אויף דער יידישער פאדערונג, האט די אקופאציע* מאכט פארלאנגט פארן מצה־מעל דעקונג אין גאלד־מטבעות. די דאזיקע אומדערהערטע פאדערונג האט ארויסגערופֿן א שטורעם אין די יידישע קהילות איבערן גאנצן לאנד און פון אלע זייטן האבן זיך דערהערט פראטעסטן. מ׳האט אין דעם דערזען א גרויסע באליידיקונג פארן יידישן כבוד און א אומדירעקטע באשולדיקונג, אז די יידן באזיצן גרויסע זאפאסן גאלד. דער לאמזער רב ר׳ יהודא ליב גארדין האט אפילו געהאט באקאנט געמאכט, אז יידן וועלן גיכער זיך אפזאגן פון מצה־מעל, איידער נאכצוגעבן די גאלד פאדערונג. צוליב דעם ענין האט די רעגירונג גערופֿן א קאנפערענץ מיט די רבנים אין לאנד, אויפן 16־טן און 17־טן יאנואר 1916. עס איז באשטימט געווארן, אז א געוויילטע רבנים־רעפרעזעטאנץ זאל וועגן דעם פארן צום דייטשן גענעראל גובערנאטאר אין ווארשע.

passage_2aaf15e7e57a65f05b650b46
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5524-6548

נאד א פארשטענדיקונג מיט די קהלות אין פוילן זענען צו דער רעפרעזעטאנץ איינגעלאדן געווארן פאלגנדיקע רבנים: ר׳ ח. י. פערלמוטער (ווארשע), ר׳ אליעזר טרייסטמאן (לאדזש), ר' יחזקאל ליפשיץ (קאליש), ר׳ נחום א ש (טשענסטאכאוו) און ר׳ יקותיאל זלמן גרויבארט (בענדין). פון דער ווארשעווער קהלה זענען איינגעלאדנט געווארן: לייבוש דאווידזאן און אליעזר פריוועס. די קאנפערענץ־זיצונגען זענען געפירט געווארן אונטערן פארזיץ פונם פארוואלטונמרשף פון קריעז. אין דער באראטונג האבן אויך אנטייל גענומען די קרייז־שעפן פון די גרעסערע יידישע צענטערן און דער לאדזשער אבערפאליציימייסטער פון פאפען. דער יידישער צד האט קאטעגאריש זיך אפגעזאגט צו געבן גאלד, אנווייזנדיק אויף דער אומגערעכטיקייט פון דער פאדערונג. די רעגירונג, זעענדיק, אז זי וועט די פאדערונג נישט אדורכפירן, האט זי ד דיפלאמאטיש צוריקגעצויגן פונעם גאנצן ענין. די לאקאלע רעגירונגם־פארוואלטונגען האבן אבער געמאכט פיל שוועריקייטן, און די יידישע קהלות זענען געווען געצווונגען טיילווייז

passage_84d6d22c42befde040c74622