Original scan
Original memorial-book scan 61
Book text
Passage 1OCR · respaced for reading · source chars 0-997

נאכצוגעבן די רעגירונגס פאדערונג, און א געוויסן פראצענט פון דער סומע פארן מצה־מעל האבן זיי באצאלט אין גאלד עס דארף אויך דערמאנט ווערן וועגן דער הילף, וואס דאם בענדינער יידנטום האט באקומען פון די דייטשע יידן בעת דער וועלט מלחמה. הרב גרויבארט האט זיך פערזענלעך משתדל געוועזן ביים ד״ר פאול נאטהאן, דעם פירער פון "הילפס פעריין דער דויטשן יודען" אין בערלין, און אדאנק די 3 חשובע יידן פון אויבערשלעזיע: דעם בויטנער ראבינער ד״ר קאפפשטיין, סאלאמאן ווינער (קאטאוויץ) און יוליום בערגער (קעניגסהוטע), האבן פאלגנדיקע בענדינער אינסטיטוציעם: "וווילטעטיקייט פאריין" ("דאבראטשיננאשטש" / "לינת החולים", "תלמוד תורה", "פרויען פאריין א״אנד" באקומען א מא- נאטלעכע אונטערשטיצונג. אין אלגעמיין האט די יידישע באפעלקערונג שווער געליטן אונטער דער דייטשער אקופאציע. 1□ אץ ווידעאויפגעלבטן פוילן. מיטן צוזאמענברוד פון די דייטשע ארמייען אויף אלע פראנטן, אין אויך געקומען דער פונאנדערפאל פונעם דייטשן קייזערטום.

passage_fc05d8d89e35fa7e156d9a68
Passage 2OCR · respaced for reading · source chars 999-2241

דעם 15־טן נאוועמבער 1918 האבן די דייטשע אקופאנטן אנגע־ הויבן צו פארלאזן זאגלעמביע. עס האט זיך קיינעם נישט געוואלט גלויבן, אז די ענדערונג זאל פארקומען אזוי שנעל. במשך פון עטליכע שעה האט מען מער נישט געזען קיין דייטשן סאלדאט אדער א בעאמטן. בליץ־שנעל האט די פוילישע באפעלקערונג אלץ איבער־ גענומען אין אירע הענט. די דייטשע סאלדאטן זענען אנטוואפנט געווארן אן שום ווידערשטאנד. פארנאכט איז אין די קאזארמעס איבערגענומען געווארן דאס גאנצע געווער און א באשטימטער טייל דערפון איז פונאנדערגעטיילט געווארן צווישן דער קריסטלעכער און יידישער באפעלקערונג, וואס האט זיך פארשריבן אין דער שטאטישער מיליץ. די פסדרדיקע שיטערייען האבן אנגעווארפן א שרעק אויף די שטאטישע איינוווינער און די געשעפטן זענען טיילווייז געװען גע־ שלאסן. אבער ביטלעכווײַז האט מען זיך צוגעוויינט צו די שיטערייען און די באפעלקערונג האט זיך בארויקט. צומארגנס, דעם 16־טן נאוועמבער האט דער מיליץ קאמענדאנט נארבלין צוגענומען דאס געווער ביי אלע יידישע מיליציאנטן. די דייטשע געפאנגענען־לאגערן זענען געעפנט געווארן, און צענטליק טויזנטער רוסישע געפאנגענע, נאקעטע, בארוועסע און הונגעריקע זענען אדורכגעוואנדערט דורך זאגלעמביע, אויפן וועג צו זייערע היימען.

passage_9cebdbb226f946c4251eee45
Passage 3OCR · respaced for reading · source chars 2243-3457

דאם געזעלשאפטלעכן לעבן, וואט איז געווען באשווערט ב ת דער דייטשער אקופאציע, האט אנגעהויבן שטארק צו פולסירן. ס׳זענען גערופן געווארן א גאנצע ריי מיטינגען, אויף וועלכע ט׳איז פאר די ברייטע מאסן אויפגעקלערט געווארן די געשאפענע לאגע. אלע פא- ליטישע גרופירונגען פירן א לעבהאפטיקע ארבעט. עם ווערן געשאפן ביליקע קינא און טיי־האלעס. אין אנהויב 1919 זענען באשטימט געווארן די ערשטע וואלן צום פוילישן סיים. צום ערשטן מאל איז דער באפעלקערונג געגעבן געווארן א מעגלעכקייט צו וויילן אירע פארשטייער אויפן יסוד פונעם נייעם וואל־געזעץ, און צום ערשטן מאל האבן זאגלעמביער יידן ארויטגעשטעלט אן אייגענעם קאנדידאט. די סיים וואלן זענען אויסגעפאלן נאענט מיט די שטאטראט וואלן. בעת די ערשטע סיים וואלן זענען אין זאגלעמביע געווע ן 3 פאלגנדיקע יידישע ליסטעס: דער אלגעמיינער יידישער בלאק, מיט ד״ר וויינציהער, ד״ר פערלמאן און יצחק גרינבוים, "פועלי ציון" און "בונד". דער רעזולטאט פון די וואלן איז געווען פאלגנדיקער: אלגעמ. ייד. בלאק 12.235 שטימען (געוויילט ד״ר וויינציהער) ״פועלי ציון״ 1.936 " (אן מאנדאט) ״בונד״ 548 ״ " בסך הכל זענען אין זאגלעמביע אפגעגעב ן געווארן 106.340 שטימען. די וואלן זענען אדורך רויק.

passage_95a229c73eb0ee5d3733a32d
Passage 4OCR · respaced for reading · source chars 3459-4465

א טפעציעלע פלאג פאר דער יידישער באפעלקערונג זענען געווען די אפטע אנטי־יידישע ארויסטרעטונגען, וועלכע האבן זיך* איבער־ געחזרט אין א גאנצער ריי שטעט. באזונדערס בלוטיק זענען די געשעענישן געווען אין לעמבערג, ווו ס׳זענען געפאלן אסך יידישע קרבנות. די בענדינער קהילה האט בייגעטראָגן א גרויסע טומע געלא לטובת די פאראומגליקטע אין לעמבערג. ד טבת תרע״ט (1919) איז דערקלערט געוואָרן אלס טרויער־ טאג און טויזנטער ייִדן אין שטאט האבן זיך פארזאמלט אין דער שול און בתי מדרשים, ווו זיי האבן אויסגעדריקט זייער שארפן פראטעסט קעגן די מעשי תעתועים. עם איז געשאפן געווארן א קאמיטעט פון אלע יידישע ריכטונגען, וועלכע האבן געזאמלט גרעטערע •געלט טומעם, ווי אויך קליידער מיט וועש און עם איבערגעשיקט קיין לעמבערג. אין ווארשע ווערט געשאפן דער יידישער נאציאנאל־ראט, אין וועלכן ט׳איז איינגעלאדנט געווארן דער ד״ר וויינציהער מיטצוארבעטן. דערווייל דערנענטערן זיך די שטאט־ראט וואלן, ווו ט׳פיגורירן 5 יידישע קאנדידאטדליטטעם.

passage_0e8a74598cca7d739a04352e
Passage 5OCR · respaced for reading · source chars 4467-5802

אין פעברואר 1919 האט אין בענדער געוויילט אן אמעריקאנער מיסיע, וועלכע האט דורכגעפירט א באשפייזונגס־אקציע פאר ארימע און שולקינדער. די באשפייזונגס־אקציע האט געהאט א גאר גרויסע פאזיטיווע ווירקונג אויף דעם געזונט־צושטאנד פון די קינדער, וועלכע זענען צוליב דער מלחמה געווען שלעכט דערנערט. בראש פונעם מיסיע איז געשטאנען דער באקאנטער "דזשאינט״־טוער ד״ר באגען. אויף מערץ 1919 זענען באשטימט געווארן די וואלן צום בעג־ דינער שטאט־ראט. צווישן די יידישע בירגערלעכע פארטייען און די קריסטלעכע איז געשלאסן געווארן א אפמאך, [לויט וועלכן די יידן האבן רעזיגנירט פון זייערן געזיכערט וואל־נצחון און ט׳איז פון פריעראויס באשטימט געווארן א פראפארץ פון 13 יידן און 14 קריטטן. ס׳דארף באמערקט ווערן, אז לויט דער דעמאלטיקער וואל־ ארדינאציע וואלטן יידן אדורכגעפירט אן ערך פון 20 ראטמענער. זונטאג, דעם 9־טן מערץ זענען פארגעקומען די שטאט־ראט וואלן. די באטייליקונג איז געווען זייער א שוואכע. פון 7.200 וואל־בארעב־ טיקטע האבן געשטימט נאר 2.932 פערזאן. דער וואל־רעזולטאט איז געווען פאלגנדיקער: די האנטווערקער: 860 שטימען, 61 ראטמענער: ; גאלהשטיין, רודאלער, שטרויטמאן, רעטמאן, גראטמאן און פאטאש. די לאקאטארן: 289 שטימען, 3 ראטמענער: לאנדוי, פרידע און קריגשטיין. ״פועלי ציון״: 401 שטימען, 4 ראטמענער: פיינער, ד״ר ווידער־

passage_2d027a8b69f3914d062267c1
Passage 6OCR · respaced for reading · source chars 5804-5902

מאן, האמבורגער און וואלף. ״בונד״: 238 שטימען, 2 ראטמענער: פטחזאן אץ אראנאוויטש. - 57 -

passage_b6b08205897ea37a1d26ba7b